פרינס

פרינס אין 2009 ביי פאריז, פראנקרייך
געבורט נאמען פרינס ראדזשערס נעלסאן
געבורט דאטע 7טן יוני 1958
געבורט ארט מיניאפאליס, מינעסאטע, פאראייניקטע שטאטן
טויט דאטע 21סטן אפריל 2016
טויט ארט טשאנהאסען, מינעסאטע, פאראייניקטע שטאטן
טעטיקייט יארן 1976-‏2016
זשאנער R&B, פאפ, פֿאנק, ראק, סאל

פּרינס ראדזשערס נעלסאן (בעסער באקאנט אלס פּרינס; ענגליש: Prince Rogers Nelson; ‏7טן יוני 197521סטן אפריל 2016) איז געווען אן אמעריקאנער זינגער-לידער שרייבער, אקטיאר, פילם רעזשיסאר, קאמפאזיטאר, רעקארד פראדוצירער און מוזיקאנט. ער איז געבוירן געווארן אין מיניאפאליס, מינעסאטע.

ער איז געווען באקאנט פאר אויסמישן עראטישע ווערטער מיט פֿאנק ראק און טעכנאלאגיע. ער האט צען פלאטינום אלבאמן און דרײַסיגע טאפ 40 סינגלען אין זיין קאריערע. זיין באפריינונגען האבן געווען פארקויפן איבער 80 מיליאן קאפיס איבער דער וועלט. פון 1993 צו 2000, האט פרינס געטוישט זיין נאמען צו א סימבאל וואס קוקט א ביסל ווי דאס: <+)O . ווייל דאזיקער סימבאל איז נישט געווען מעגלעך צו ארויסרעדן, האבן מענטשן אנהייבן צו רופן ער "דער קינסטלער וואס אמאל איז באקאנט געווען אלס פרינס".

דעם 21סטן אפריל 2016 איז פרינס געשטארבן ביי זיין פּעיזלי פּארק רעקארדונג סטודיאָ און הויז אין טשאנהאסען, מינעסאטע ביים עלטער פון 57.

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: פרינס