פריידא גיטל ראטנבערג
מרת פֿריידא גיטל ראטנבערג (ט"ו אב תרפ"ח, קערעסטיר - ז' ניסן תשע"ה, ניו יארק) איז געווען די קאסאנער רביצין.
ביאגראפיע
רעדאַקטירןפרידא גיטל איז געבוירן געווארן אין קערעסטיר ט"ו אב תרפ"ח צו רבי מאיר יוסף רובין, קערעסטירער רבי, אן אוראייניקל פון רבי מנחם מענדל רובין פון גלאגאוו, און זיין ווייב מרת רבקה צירל, א טאכטער פון הרב אברהם שטיינער פון קערעסטיר, א זון פון רבי ישעיהלע קערעסטירער.
אלס יונג מיידל איז זי גענומען געווארן אין דעם אוישוויץ קאצעט וואס זי האט אבער איבערגעלעבט. זי האט שטענדיג געהאלטן אז זי האט זוכה געווען דערצו פון איר פאטער'ס ברכה "דו וועסט זיי איבערלעבן". אין אוישוויץ איז זי געווען די איינציגע וואס האט געקענט דאס גאנצע דאווענען בעל־פה. זי האט געדאווענט הויך און די אלע מיידלעך האבן מיטגעדאווענט מיט איר. שבת־צו־נאכט האבן נישט געהאט קיין מעגלעכקייט צו הערן הבדלה, און זי האט געזאגט גאט פון אברהם מיט זיי.
נאך די מלחמה יארן האט זי אימיגרירט אין שוועדן און נאכהער אין די פאראייניגטע שטאטן וואו זי האט אויסגעלעבט אירע יארן. ווען זי איז אנגעקומען אין אמעריקע האבן געווארט פאר איר אין פארט דער באסטאנער רבי, רבי משה הורוויץ מיט זיין ווייב, וואס זי איז געווען א שוועסטער-קינד פון רבי מאיר יוסף רובין. זי איז געווארן א בת-בית ביי זיי ביז איר חתונה מיט רבי מנחם ישראל ראטנבערג, וואס איז געווען קאסאנער רבי פון תשכ"ו ביז זיין פטירה אין תשס"ג.
יעדן שבת האט זי אריינגענומען אין איר שטוב צענדליגע בחורים בעלי תשובה'ס וואס האבן שטודירט אין ישיבה אוניווערסיטעט.
אין תשל"ח איז זי געווארן גוט קראנק אבער זי האט ווידערהוילט. ערב שבת ז' ניסן תשע"ה איז זי נפטר געווארן, און מ'האט זי געברענגט צו קבורה פאר שבת לעבן איר מאן אין דעם קאסאנער חלקה פונעם בית החיים אין ניו דזשערסי.
משפחה
רעדאַקטירןרביצין פריידא גיטל און איר מאן רבי מנחם ישראל האבן געהאט די קינדער:
- רבי מאיר יהוסף, קאסאנער רבי
- די ווייב פון רבי חיים שלמה ראטנבערג פון ירושלים
- רבי משה שמואל, קאסאנער רבי אין לאנדאן
- די ווייב פון רבי אליעזר ליפא בערגער, רב פון ברכת חיים מישקאלץ אין ניו יארק
- רבי נפתלי צבי, קאסאנער רבי אין פלעטבוש
- רבי אברהם ברוך, קאסאנער ראש ישיבה אין בארא פארק
- רבי חיים יהודה לייביש, קאסאנער רבי אין פארשיי
- די ווייב פון רבי אפרים מרדכי קלוגהויפט, בארא פארק
- רבי ישעיה משולם פייש, ראזלער רבי אין ביתר