די פטראס באסיליקע (לאטיין: Basilica Sancti Petri), איז די צענטראלע געבוי פונעם וואטיקאן. די באסיליקע איז דער גרעסטער קלויסטער אין דער וועלט, און קען האלטן 60,000 מענטשן. זי ווערט גערעכנט איינער פון די הייליקסטע ערטער פון קריסטנטום. אין דער קאטוילישער מסורה איז זי דער קבורה ארט פון סאנקט־פעטראס, וואס איז געווען איינער פון די צוועלף תלמידים פון "אותו האיש". אויך האלטן זיי אז ער איז געווען דער ערשטער ביסקופ פון רוים און במילא דער ערשטער פויבסט. לויט זייער מסורה ליגט פעטראס ממש אונטער דעם מזבח פונעם קלויסטער.

אין קלויסטער

די פעטראס באסיליקע איז א באוואוסטער פילגרים ארט פאר קאטאליקן. איינער פון די ארכיטעקטן פון דער באסיליקע איז געווען מיקעלאנדזשעלא.

היסטאריע

רעדאַקטירן

שוין פון דעם 4טן יארהונדערט איז געווען א קלויסטער אויף דעם ארט. דער קלויסטער איז געבויט געווארן אויף זומפיגער ערד לעבן דעם טיבער, און אין דער לויף פון די יארן האט ער אנגעהויבן ווערן איינגעבויגן.

אין 1505 האט דער פויבסט יוליוס דער צווייטער באשלאסן צו בויען אויף דער ארט א גרויסע נייע באסיליקע. מ'האט אנגעהויבן בויען דעם 18טן אפריל 1506, און געענדיקט דעם 18טן נאוועמבער 1626.