ים-רויבעריי

(אַריבערגעפֿירט פון פיראט)

ים-רויבעריי איז א פֿארברעך וואס ווערט אויסגעפֿירט אויף שיפֿן אינעם ים. ים-רויבערס ווערן אויך גערופֿן פּיראַטן. געוויינטלעך האבן זיי קליינע און שנעלע שיפֿלעך. זיי ניצן אזלעכע שיפֿלעך צו אַטאַקן שיפֿן, געוויינטלעך גרויסע לאַסט-שיפֿן.

די דזשאָלי ראָדזשער פֿאָן

שוין זינט אז שיפֿן האבן ערשט געפֿאָרן אינעם ים זענען דא געווען פּיראַטן. אוראלט עגיפטן און גריכנלאנד, די רוימער, קעניגן אין דער מיטל אלטער און די בריטישע אימפעריע האבן געליטן פֿון פּיראַטן. א מאל איז דער קאַמף קעגן פּיראַטן געווען איינער פֿון די מערסט וויכטיקע ראלעס פֿון א פֿלאָט.

מאדערנע צייטן

רעדאַקטירן

ים-רויבעריי דערשיינט נאָך א סך מאָל היינט אין דער אַדען איינגאס, בפֿרט דורך סאָמאַלישע פּיראַטן. מאדערנע פּיראַטן געוויינטלעך שטייגן אויף שיפֿן צו רויבן געלט. ביי צייטנס קענען זיי מאָרדן דער מאַנשאַפֿט אדער האַלטן זיי פֿאַר אױסלייז-געלט. אויף ווייניקע פֿאַלן קענען זיי אויך באהערשן די שיף און פֿאַרקויפֿן איר לאַסט.

די לאַסט-שיפֿן וואס פֿאָרן אין די אָקעאַנען זענען ריזיק. געוויינטלעך האָבן זיי זייער קליינע מאַנשאַפֿטן. ווייל די שיפֿן זענען ריזיק, זיי אפֿט טראגן א סך געלט אין דער סייף פֿונעם שיף. דאָס געלט ווערט באנוצט צו צאָלן דער מאַנשאַפֿט, און אויך צו צאָלן שטייערן צו בלייבן אין א פּארט אדער פֿאָרן דורך א קאַנאַל.

וועבלינקען

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: ים-רויבעריי