פינחס - איז געווען דער זון פֿון אלעזר און אן אייניקל פֿון אהרן הכהן.

פינחס
אַמט כּהן גדול רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
דער ארטיקל דיסקוטירט א פערזענלעכקייט אין תנ"ך. טאמער זוכט איר די פרשה אין ספר במדבר, זעט פרשת פינחס.

פינחס ווערט דערמאנט אין דער תורה אלס קנאי וואס האט געהרגעט זמרי בן סלוא, דער נשיא פון שבט שמעון, און כזבי בת צור, די טאכטער פון א מדינישן פירשט, בשעת דעם חטא פון פעור אין שיטים, אינעם פערציגסטן יאר נאך יציאת מצרים. נאכער איז פינחס אויסגעוועלט געווארן אלס א חשובער כהן ("ונתתי לו ולזרעו אחריו ברית כהונת עולם"). נאך זײַן פאטער'ס פטירה איז ער געווארן זן ממלא מקום אלס כהן גדול. פינחס איז געווען קאמאנדאנט איבער 12,000 סאלדאטן אין דער מלחמה קעגן מדין. לויטן מדרש[1] איז פינחס געווען איינער פון די צוויי מרגלים וואס יהושע בן נון האט געשיקט אויסשפיאנירן יריחו איידער מ'האט איינגענומען די שטאט. זײַן ארבטייל איז געווען אין הר אפרים אין "גבעת פינחס" אויף זײַן נאמען (יהושע, כ"ד, ל"ג).

לויט חז"ל האט ער געדינט אלס כהן גדול אין די יארן פון דעם שופט יפתח הגלעדי. צוליב חילוקי דעות צווישן זיי האט מען נישט מתיר נדר געווען דעם נדר וואס יפתח האט געמאכט מקריב זײַן זײַן טאכטער, חז"ל האבן קריטיזירט סײַ פינחס און סײַ יפתח וועגן דעם.

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. מדרש תנחומא, פרשת שלח סימן א'. ורש"י כתב על זה ביהושע פרק ב' פס' ד' כך: "מדרש אגדת תנחומא יש פינחס וכלב היו ופינחס עמד לפניהם ולא ראוהו לפי שהיה כמלאך".