פֿייזער (ענגליש: Pfizer Inc) איז א גרויסע אמעריקאנישע פירמע, מיט בערך 88,300 ארבעטער, וועלכע ערצייגט אלערליי סארטן מעדיצינען און וואקסינען פאר פילע סארטן קרענק.

די פירמע איז געגרינדעט געווארן דורך א דייטשער-אמעריקאנער טשארלס פייזער, אין יאר 1849, אין וויליאמסבורג, ניו יארק סיטי. היינט געפינט זיך זייער הויפטקווארטיר אין מאנהעטן.

זיי האבן ערצייגט שוין פיל וואונדערליכע מעדיצינען די באקאנטסטע איז פעניצילין

אזוי אויך זענען זיי פון די פארטון 500 ( Fortune 500) פירמעס, זייענדיג די 57סטע אויף דער ליסטע.

אין 2020, ווען דער קאראנאווירוס האט געבוזשעוועט, איז פייזער געווען איינס פון די פירנדע פירמעס וועלכע האבן זיך געיאגט צו ערצייגן א עפעקטיווער וואקסין, און אום נאוועמבער 9, 2020, האט די פירמע מיט פרייד געמאלדן אז זיי האבן ערצייגט א וואקסין וועלכער איז איבער 90% אפעקטיוו.

דרויסנדיגע וועבלינקען

רעדאַקטירן

זייער וועבזייטל