פוטבאל
- דער ארטיקל דיסקוטירט אסאסיאציע פוטבאל. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט פוטבאל (באדייטן).
פֿוטבאָל אדער פֿוסבאַל (אויך גערופן אסאסיאַציע פוטבאָל אדער מיטן צונאמען "די וועלט שפּיל" אדער "די שיינע שפּיל") איז אַ ספארט געשפילט צווישן צוויי מאנשאפטן פון עלף שפילער מיט אַ קייליכדיקן באַל. די שפּיל ווערט געשפילט אויף אַ גראדעקיקן פעלד מיט אַ ציל טויער אין יעדער עק. די ציל פון דער שפּיל איז צו ערייכן פונקטן דורכן אריינשטויסן די באל אין דער אפאזיציע׳ס ציל טויער.
יעדע מאנשאפט פון עלף שפילער איז איינגעטיילט אין פיר גרופעס, איינער וואס איז דער ציל טויער שומר און א גרופע פון באשיצער וואס באשיצן די ציל טויער, און א גרופע פון אטאקירער וואס צילן אריינצושטויסן דעם באל אין דער אפאזיציע׳ס ציל טויער און א גרופע פון מיטל־פעלד שפילער וואס פירן אריבער דעם באל פון די באשיצער צו די אטאקירער.
דער איינציגסטער וואס מעג אנרירן דעם באל מיט די הענט איז נאר דער שומר און אויכעט נאר אין זיין שטח; אלע אנדערע שפילער קענען נאר שטויסן מיט די פיס אדער מיטן קאפ.
פוטבאל ווערט געשפילט דורך 250 מיליאָן שפילער אין איבער 200 לענדער און אפהענגיקייטן, מאכנדיג דעם ספארט דער וועלטס מערסט פאפולערער ספארט.
פוטבאל און די פאראייניקטע שטאטן
רעדאַקטירןדי העכסטע פראפעסיאנאלע פוטבאל ליגע אין די פאראייניגטע שטאטן איז עם על עס (MLS) וואס איז די ראשי תיבות פון ״מעיזשער ליגע סאקער״. די ליגע האט אנגעהויבן שפּילן אין 1996 מיט 10 מאנשאפטן , און איז געוואקסן צו 29 מאנשאפטן (26 אין די פאראייניגטע שטאטן און 3 אין קאַנאַדע). די עם על עס סעזאָן גייט פון מערץ ביז דעצעמבער.