Icon

וויסנשאפט קען באדייטן נארוואס א קערפער פון וויסן וואס מען דערגרייכט אויף א קאנטראלירטן אופן. א מער באגרעניצטע באדייטונג איז "וויסנשאפט" א סיסטעם פון קונה זיין וויסן דורך עמפיריזם און עקספערימענטירן.

וויסנשאפטלער האלטן אז וויסנשאפלעך אויספארשן דארף זיך פירן לויט דער וויסנשאפטלעכער שיטה, א מהלך פון אנטוויקלען און אפשאצן נאטירלעכע דערקלערונגען פאר פענאמענען באזירט אויף עמפירישער שטודיע און זעלבשטענדיקער קאנטראלירונג.

געווייטלעך ווערן די געביטן פון וויסנשאפט קלאציפיצירט אויף צוויי הויפט טעמעס: נאטור-וויסנשאפטן, וואס איז עוסק אין נאטירלעכע פענאמענען; און סאציאל וויסנשאפט, וואס באהאנדלט מענטשן אויפפיר און חברה. צי מען זאל רופן מאטעמאטיק א וויסנשאפט ווענט זיך ווי מ'קוקט דערויף.

ס'איז אויך פאראן די אונטערשייד צווישן ריינע וויסנשאפט און אנגעווענדעטע וויסנשאפט. ריינע וויסנשאפט זוכט אויס נייע ערפינדונגען נישט קוקנדיג אויף אן אנווענדונג. אנגעווענדעטע וויסנשאפט איז עוסק בעיקר אין אנווענדן ווארהייטן וואס זענען שוין בנמצא אויף נייע אופנים.