פאציפישער אקעאן

ים
(אַריבערגעפֿירט פון פאציפישן אקעאן)

דער פּאַציפֿישער אָקעאַן, שטילער אָקעאַן, שטילער ים, אדער דער פּאַציפֿיק, איז דער וועלט'ס גרעסטער אקעאן וואס טיילט אפ אזיע מיט די אמעריקע'ס און דעגרייכט די דרום און צפון זייטן פון דער וועלט. דער פאציפיק פארנעמט א דריטל שטח פון דער וועלט און מעסט זיך 165.2 מיליאן קוואדראט קילאמעטער (111.6 מיליאן קוואדראט מייל) וואס איז מער פון די סך הכל יבשה וואס די וועלט פארמאגט.

אקעאנען פון דער וועלט
דער פאציפיק אויף דער מאפע

דער פאציפיק אנטהאלט 32 פראצענט פון אלע וואסערן איבער דער וועלט.

ער איז דער גרעסטער און דער טיפסטער אקעאן פון אלע אקעאנען. דאס טיפסטע ארט אינעם פאציפיק איז איבער 31 טויזנט פיס. וואס איז עפעס מער פון 6 מייל טיף.

דער פאציפישער אקעאן איז פארבונדן מיטן אטלאנטישן אקעאן דורכן פאנאמא קאנאל.

עס געפונען זיך 25,000 אינזלען אינעם פאציפישן אקעאן, מער ווי אלע אנדערע אקעאנען צוזאמען. רוב פון זיי זענען דרום פונעם עקוואטאר.

אזוי ווי דער פאציפישער אקעאן גייט אריבער דעם 180º מערידיאן, איז דער מזרח פאציפיק אינעם מזרח האלבקיילעך און דער מערב פאציפיק אינעם מערב האלבקיילעך.

צו דער לענג פונעם אקעאן צו מערב געפינען זיך עטלעכע ראנד־ימען. די גרעסטע פון זיי זענען: צעלעבעס ים, קאראל ים, מזרח כינע ים, יאפאנישער ים, סולו ים, טאסמאן ים, בערינג ים און דער געלער ים.

די וועטער סיסטמען אין די צפונדיקן און דרומדיקן האלבקיילעכך זענען גאנץ ענלעך. די האנדלווינטן אין די דרום און מזרח פונעם פאציפישן אקעאן זענען גאנץ פעסט, אבער אינעם צפון טייל טוישט זיך מיט למשל קאלטע ווינטער טעמפעראטורן אויפן מזרח בארטן פון רוסלאנד און דערקעגן צארטער וועטער לעבן בריטישער קאלומביע אין די ווינטער חדשים.

[1] [[ציקלאן|ציקלאנען זענען עלול צו פארמירן זיך דרום פון מעקסיקא, צווישן יוני און אקטאבער אין צענטראל־אמעריקע, ווי אויך אין דרום־מזרח אזיע פון מיי ביז דעצעמבער. אין דעם עקוואטארישן פאציפיק טוט על ניניא, א באנד פון ווארעמע אקעאן טעמפעראטורן, באאיינפלוסן דעם וועטער אינעם מערב פאציפיק. גאנץ צפון טרעפט מען אייז פון אקטאבער ביז מיי, וואס קען זיין א סכנה פאר שיפעריי, און א נעפל וואס דויערט פון יוני ביז דעצעמבער.‏[2]

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. "פאציפישער אקעאן: אינזלען", Encyclopædia Britannica. דערגרייכט דעם 13טן יוני 2013.
  2. "Pacific Ocean", וועלט פאקטבוך, CIA. דערגרייכט דעם 13טן יוני 2013.