פונדאמענטאליזם

(אַריבערגעפֿירט פון פאנדעמענטאליזם)

דער טערמין פונדאמענטאליזם ווערט על פי רוב באנוצט צו באצייכענען דאס עקסטרעמע קלאמערען אין א רעליעגיעזע אדער אידעלאגישער שיטה. דאס נאמען קומט פון די שטיצער פון די סארט פאנדאמענטאליזם, און די הסבר ווערט אנגעגעבן אז א פונדאמענט אפט גערופן מסורה איז דער סאמער אונטערשטער טייל אויף וואס א גאנצער בנין איז געבויט און האלט זיך אן. דער יסוד איז געווענליך איין שטיק וואס קען נישט צוטיילט ווערן אדער גערירט ווערן. דער זעלבע האלטן זיך פונדאמענטאליסטן שטארק אן אין זייער גלויבן אדער אידעאלאגיע און רירן זיך נישט אוועק בשום אופן דערפון.

ביי דער אידישער רעליגיע הייסן די חרדים אדער מער פונקטליך די קנאים פונדאמענטאליסטן ווייל זיי ווילן זיך נישט אוועקרירן קיין משהו פון די יסודות אויף וואס זייער געדאנקען גאנג און אמונה איז באזירט. דאס זעלבע קען אבער אויך אנגערופן ווערן ביי יעדער פאנאטישקייט וואס מען האלט זיך פון יסודות פון אמאל אפילו עס שטייט אין קעגנזאץ פון היינט.

דאס איז פארהאן אויך אין קריסטליכע און מוסלומענישע רעליגיעס