פרעפיקס
(אַריבערגעפֿירט פון פּרעפֿיקס)
פרעפיקס איז א טערמין אין לינגוויסטיק, דאס איז א פארם וואס מען לייגט צו צו א ווערב.
אין יידיש גראמאטיק איז דא דריי סארטן פרעפיקסן: 1) א פרעפיקס וואס קומט אריין אינעם ווערב ווי אן עכטער חלק פונעם ווערב-ווארט. 2) א פרעפיקס וואס איז א באזונדער ווארט אבער עס קומט אריין אינעם ווערב-ווארט. 3) אזעלכע וואס בלייבן שטעקן אינדרויסן פונעם ווערב-ווארט.
פרעפיקסן וואס קומען אריין אינעם ווערב ווי אן עכטער חלק פונעם ווערב-ווארט - זיינען:
- דער
- דערהרגעט
- דערשאסן
- דערקענט
- דערציילט
- פאר
- פארגעסן
- פארקויפט
- פארלארן
- פארפירט
- פארשטארקט
- פארשענערט
- צע - זאכן וואס פאלן אונטער.
- צעבראכן
- צעטומלט
- צעכאפט
- צעגאסן
- גע - אין אלגעמיין מוז דער פרעפיקס קומען מיטן ווערב.
- געשען
- געבוירן
- געפונען
- געדענקט
- געװוּנען
- געוווֹיר ווערן
- געזעגנט
- אַנט - אין אלגעמיין א נעגעטיווער משמעות.
- אנטקעגן
- אנטדעקט
- אנטלאפן
- אנטשלאפן
- אנטזאגן
- באַ
- בארואיקט
- באמערקט
- באזוכט
- באליידיקט
- באהאלטן
פרעפיקסן וואס זיינען באזונדערע ווערטער אבער קומען אריין אינעם ווערב-ווארט - זיינען:
- אויס - אקציעס וואס בייטן שטארק דעם פריעריקן סיטואציע. פולשטענדיקע אקציעס.
- אויסגיסן
- אויסזאגן
- אויסוואשן
- זיך אויסוויינען
- אויסשרייען
- אום
- אומברענגען
- אומגעקומען
- אומקערן