פערסיש (فارسی, פֿאַרסי) איז אן איראנישע שפראך אין דעם אינדא־איראנישן צווייג פון די אינדא־אייראפעישע שפראכן. מען רעדט זי אין איראן, אפגאניסטאן, טאדזשיקיסטאן, פאקיסטאן און אוזבעקיסטאן, און אויך א ביסל אין ארמעניע, טורקמעניסטאן, אזערביידזשאן און באכריין.

פלעצער אין און ארום איראן וואו מען רעדט פערסיש.

די היסטאריע פון די שפראך ווערט צוטיילט אין דריי פעריאדן:

  • די אלטע
  • מיטעלע, וועלכע איז געשריבן געווארן מיטן אראמישן אפאלבעט.
  • און נייע

עס ווערט היינט געשריבן מיטן אראבישן אלפאבעט, זינט איסלאם האט זיך דארט אריינגערוקט.

מיט אנדערע שפראכן

רעדאַקטירן

פערסיש האט גענומען ווערטער פון: אראביש, פראנצויזיש, טערקיש, דייטש און היינט פון ענגליש.

יודיש און העברעאיש האבן אויך גענומען ווערטער פון פערסיש.

אויך איז אין די היינטיגע לשון קודש דא ווערטער וואס שטאמען פון אלטן פערסיש, ווי צום ביישפיל די נעמען פון די חדשים אויפן יודישן לוח.

ווערטער אין יידיש וואס שטאמען פון פערסיש:

וועבלינקען

רעדאַקטירן
 
Wikipedia
וויקיפּעדיע אויף פערסיש