מוסטער:ביבליאטעק


דער פֿאָלקלאָר אַרכיוו פון עסטלאנד (עסטניש: Eesti Rahvaluule Arhiiv) איז א צענטראַל אָפּהיט-קאַמער, וואו זיינען מקפּיד אַלע פֿאָלקלאָר-מאַטעריאַלן, וואָס זיינען געזאַמלט אין עסטלאַנד.

אַוועקשטעל פֿון דעם אַרכיוו

רעדאַקטירן

דער עסטלאַנד פֿאָלקלאָר אַרכיוו געגרינדעט געוואָרן אין יאָר 1927 ווי אַ צענטרעלער אוצר-קאַמער פֿונעם פֿאָלקלאָר עסטלאַנדס. דער יאָדער פֿון דער זאַמלונג זיינען די מאַטעריאַלנן, וואָס זיינען געשיקט געוואָרן ביי מער פֿון 1,400 קאָרעספּאָנדענטן פֿון יעקב הורט: 114,696 זייטלען מיט האַנדגעשריבענע עסטלאַנדישע מעשיות, פֿאָלקסלידער, ווערטלעך או.אַ.וו. יעקב הורט פלעגט איינאָרדנען אלע געקריגענע מאַטעריאַלן ניט ביי די טעמעס, אָבער ביי דעם גרויס פֿון די בריוו-בלעטער און נאָר בינדן די בלעטער אין די פֿאָליאַנטן.

נאָך דעם טויט פֿון יעקב הורט אין 1903, די גאַנצע קאָלעקציע זיינע איז געבראַכט געוואָרן קיין פֿינלאַנד צום פֿינישער ליטעראַטור-געזעלשאפֿט. די אידעע צו פֿאַרוואַנדלען הורטס זאַמלונג אין אַן אַרכיוון איז איינגעפֿאָלן דעם עסטלאַנדישן פֿאָלקלאָריסט אָסקאַר לאָאָריץ אין 1924, און נאָך דריי יאָר אונטערהאַנדלונגען איז ער געוואָרן דעם ערשטער דירעקטאָר פֿונעם נייעם אַרכיוו אין דער שטאָט דאָרפּעט.

ייִדישע און אַנדערע ניט-עסטנישע זאַנלונגען: 1927-1940

רעדאַקטירן

אחץ דעם, וואָס אָט-דער אַרכיוו איז דער גרעסטער פֿאָנד פֿון עסטלאַנדישן פֿאָלקלאָר, האַלטעט ער די פֿאָלרלאָר-זאַנלונגען פֿון אַנדערע פֿיניש-באַלטישע פֿעלקער (ישזאָרער, וואָד, וועפּסן), אָנגעפֿאנגען ביי דער שפּראַכ-פֿאָרשער מיכעל וועסקע, פֿינישֿ-אוגרישע פֿעלקער, און אויכעט די פֿאָלקלאָר-ירושות פֿון באַלטישע דייטשען, רוסן, לעטן, שוועדן, טשיגוינער און יקר שחחתי פֿון אָרטיקע יידן.

די ייִדישע קאָלעקציע (ERA, juudi) איז געווען א פֿרוכט פֿון דער מיטאַרבעט צווישן צוויי עסטלאַנדישע וויסנשאַפֿטלער, וועלכע האָבן זיך אינטערעסירט מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור — דער עסטלאַנדישער לינגוויסט פּאַוּל אַריסטע און דער פֿאָלקלאָריסט פֿונעם באַלטישן דייטשען ייִחוס וואַלטער אַנדערסאָן. מיט זיינע סטודענטן און לערער פֿון דאָרפּאַטער ייִדישער שול (צווישן זיי איסידאָר לעווין, ס.ב.קאַפּלאַן און אליע לעווענבערג) האָבן זיי אָרגאַניזירט די רעגולערע זאַמלונג-אַרבעט: צו יאָר 1930 האָט דער ייִדישער אוצר אנטהאַלטן 385 זייטלען דהיינו 164 דערציילונגען, 169 לידער, 538 אָבערגלויבן, 374 שפּריכווערטער, 23 רעטענישן.[1]

דאָס ערשטע מאָל זיינען די מאַטעריאַלן פֿון דער ייִדישער קאָלעקציע פּובליקירטן געווען אין דער אַרטירקל פֿון פּאַוּל אַריסטע ״עטלעכע ייִדישע פֿאָלקסלידער אין דעם רעפּערטוּאַר פֿון עסטן״.[2]

צום יאָר 1937 איז די ייִדישע קאָלעקציע אויסגעוואַקסן ביז 600 בלעטער (215 בלעטער מער װי מיט זיבן יאָר פֿריער), וואָס זיינען געטיילט געװאָרן אויף אַזעלכע קאַטעגאָריעס׃ 211 לידער (183 ״פֿאָלקסלידער״ און 83 ״קינדערלידער״), 627 ווערטלעך און שפּריכווערטער, 24 רעטענישן, 193 מעשיות, 346 אָבערגלויבנס און 24 ״קולות הטבע".[3]

 
די סטאטיסטיק פֿון די ניט-עסטנישע פֿאָלקלאָר-קאָלעקציעס אין דעם אַרכיוו אין 1937.

די לעצטע איז איינער זייער אַ באַזונדערער זשאַנער פֿון ״פֿייגל-שטימעס אימיטאציעס אין פֿאָלקלאָר״ אָדער, פשוט און פּראָסט: וואָס זאָגן די פייגל אין פֿאָלקלאָר. אין עסטלאַנד האָט אַזאַ ציקאַווע דערשיינונג דערפֿאָרשט עדוּאַרד לויגאסטע-טרוי. אין זיין בוך גיט ער, צװישן אַנדערש, עטלעכע ייִדישע באַשרייבונגען, למשל: זינגט אין עסטלאַנד ייִדישער סאָלאָוויי: ״צוויטשי צוויטש צוויטשערי, ס'קומט דער פֿרילינג״ (ERA Juudi 2, 52(2); ERA, Juudi 2, 81 (2)).[4]

די גרעסטע טייל פֿון די דאָזיקע מאַטעריאַלן איז אָפּגעהיט אין דער שטאָט דאָרפּעט.

ייִדישע זאַמלונג נאָך דער צווייטער וועלט מלחמה

רעדאַקטירן

לויט דעם קאַטאַלאָג, נאָך דער צווייטער וועלט מלחמה האָט מען נאָר איין מאָל צוגעגעבן צו די נייע מאַטעריאַלן צו דער ייִדישער קאָלעקציע.

רעפערענצן

רעדאַקטירן

וועבלינקען

רעדאַקטירן