ענציקלאפעדישער ווערטערבוך עספעראנטא־יידיש

ענציקלאפעדישער ווערטערבוך עספעראנטא-יידיש איז א ווערטערבוך וועלכער ערקלערט די גראמאטיק און אופן ווי אזוי עספּעראַנטאָ ארבעט, אויף יידיש, באארבעט פון ח. רוסאק אין צוויי בענדער.

עס איז אין געטייפּטע אותיות, און ערשינען דורך פארלאג בית זמנהוף אין ירושלים אין יאר ה'תשכ"ט.

דער פאַרפּאַסער שרייבט אין זיין פארווארט אז ער האט אנגעהויבן צו ארבעטן דערויף מיט פינעף-און-דרייסיג יאהר פריער, ווען ער איז געזעסן אין תפיסה אין קאליש.

ער שרייבט אויך אז כאטש פארן עולם וועט זיין פרעמד די יידישע כללים פון ייווא, וועט ער זיך דאך האלטן דערצו ווי איידער מאכן א מישמאַש פון סטילן.

דער ערשטער באנד אנטהאלט פון די אות A-M אין א ס"ה פון 382 זייטן.

וועגן דעם שייכות צווישן עספעראנטא און יודיש, שרייבט ער ווי פאלגנד:

"א סאך נאענטקייט געפינען מיר אין די צוויי שפראכן: יודיש און עספעראנטא. ביידע האבן זיי דעם זעלבן גורל. יודיש, די שפראך מיט איר פיל אייגנארטיגע זאפטיגקייט און חן, די שפראך אין וועלכער ס'זענען געשאפן געווארן אזעלכע גרויסע קונסט-ווערק – און דאך רעדט מען וועגן איר, ווי וועגן אן "אפשטארבנדיגע". אויך עספעראנטא, וואס האט אזוי פיל לאָגישן גרונט כדי צו שאפן אין איר און כדי זי זאל עקזיסטירן, איז זי אבער דאך נישט ארויס פון אירע ארעמע דלת אמות און דערווייל נישט געווארן קיין וועלט-שפראך, נאר א שפראך פון אייניגע מיליאנען."


וועבלינקען

רעדאַקטירן