עלעקטראמאגנעטישע שטראלונג

(אַריבערגעפֿירט פון עלעקטראמאגנעטישע כוואליע)

עלעקטראמאגנעטישע שטראלונג איז א שטראלונג פון עלעקטראמאגנעטישע כוואליעס וואס זייער גיך אין א וואקיום איז די גיך פון ליכט. זיי אנטהאלטן אן עלעקטריש פעלד און א מאגנעטיש פעלד און טראגן א געוויסן מאס פון ענערגיע.

עלעקטראמאגנעטישע שטראלונג איז כולל זעבארע ליכט, אין די קאלירן פונעם רעגנבויגן, ווי אויך כוואליעס מיט מערער ענערגיע, למשל אולטראוויאלעטע ליכט, רענטגען שטראלן און גאמא שטראלן, און כוואליעס מיט נידעריגערער ענערגיע, למשל אינפרארויט, מיקראכוואליעס און ראדיא כוואליעס.

דער קלענסטער איינץ פון עלעקטראמאגנעטישער שטראלונג איז דער פאטאן.

הויכע ענערגיע עלעקטראמאגנעטישע שטראלונג ווערט אפטמאל געשאפן ווען עלעקטראנען ווערן פארגיכערט אין א קראפט פעלד.

דער פיזיקער דזשיימס קלארק מאקסוועל האט פאראויסגעזען עלעקטראמאגנעטישע כוואליעס באזירט אויף טעארעטישע חשבונות און גלייכונגען וואס ווערן גערופן היינט אויף זיין נאמען ״מאקסוועל׳ס גלייכונגען״. ער האט אויסגעחשבונט אז די כוואליעס זאלן האבן די גיך פון ליכט און דערפאר האט גערעכנט אז זעבאר ליכט איז צאמגעשטעלט פון עלעקטראמאגנעטישע כוואליעס.

דער ערשטער וואס האט אנטפלעקט עלעקטראמאגנעטישע כוואליעס איז געווען דער יידיש־דייטשער פיזיקער היינרייך הערץ (1857-1894) אין 1888.

עלעקטראמאגנעטישע כוואליעס האבן פארשידענע פרעקווענצן (f) און כוואליע־לענג (λ) וואס זענען אנגעקערט מיט אנאנד לויט דער גלייכונג f · λ = c

דער קאנסטאנט c איז די גיך פון ליכט.