אייראוויזיע געזאנג קאנקורס

(אַריבערגעפֿירט פון עייראוויזיאן געזאנג קאנקורס)

דער אייראָוויזיע געזאַנג קאָנקורס (ענגליש: Eurovision Song Contest) איז א געזאַנג קאָנקורס וואס ווערט געהאלטן דורכן אייראפעישער זענדונג פאראיין, און האט זיך אנגעהויבן אין 1956. פארשידענע זינגער וואס פארשטעלן לענדער אין אייראפע קאנקורירן יעדע יאר.

צווישן בארימטע געווינער אינעם פארגאנגענהייט זענען אבבא (וואס האבן פארגעשטעלט שוועדן) און סעלין דיאן (כאטש זי איז געווען קאנאדיש האט זי פארגעשטעלט שווייץ).