עוואלוציע
ביאָלאָגישע עוואָלוציע איז א טעאריע וואס שטעלט פאר דעם פראָצעס פון בהדרגה׳דיקער פארענדערונג פון אָרגאניזמען מיט דער צייט. די טעאריע פון עוואָלוציע באשעפטיקט זיך מיט דער פאָרשונג פון די פאקטאָרן און מעכאניזמען פון דער היסטאָרישער אַנטוויקלונג פון ביאָלאָגישע סיסטעמען. עוואָלוציע איז פאראנטוואָרטלעך פאר דער דערשיינונג פון קאָמפליצירטע לעבנספאָרמען, אריינרעכענענדיק דעם זגאל Homo sapiens.

די ראיות פאר א היסטאָרישער אנטוויקלונג פון אָרגאניזמען זיינען כלערלייע און שליסן אריין פאָסילן — רעשטלעך פון נעלם־געוואָרענע אָרגאניזמען וואָס זיינען פרעזערווירט אין געשטיין — און די היעארכישע סטרוקטור פון אויסערלעכע פרטים (מאָרפאָגיע) פון פארשיידענע זגאלן און פון זייער די־ען־איי און פראטעאינען. אדאנק דעם וואָס די עוואָלוציע פון גענען איז אין א געוויסער מאָס נייטראלע, נוצט מען זיי צו רעקאָנסטרואירן היסטאָרישע באציאונגען צווישן פארשידענע אָרגאניזמען.
דער פאסיל רעקארד
רעדאַקטירןדער פראצעס פון פארשטיינערונג, אדער פאסיליזאציע, איז אפהענגיק פון א ריי פאקטארן וואס מוזן צונויפפאלן פאר א דערפאלגרייכער פרעזערווירונג פון שרידים פון ארגאניזמען. בכן ס׳רוב פון זיי לאזן איבער נאך זייער טויט ניט קיין שפורן פון זייער אמאליקן קיום און בלויז א קליין טייל פון זיי ווערן פרעזערווירט אלץ פאסילן אין געשטיין. א סך גרופעס פון ארגאניזמען, בפרט אזעלכע וואס האבן ניט קיין ביינער אדער פאנצערן, ווערן פרעזערווירט זייער זעלטן אדער בכלל ניט. טראץ דעם האבן מענטשן זינט פארהיסטארישע צייטן געפונען א שלל פארשיידענע מינים פאסילן.
נאך פאר דער דערשיינונג פון די מאדערנע מעטאדן פאר דער אפשאצונג פון געשטיין אלטער, האט מען באמערקט אז פאסילן גרופירן זיך אין שיכטן, אזוי אז זגאלן דערשיינען בלויז אין א באשטימטער שיכט, ד.ה. זיי זיינען אויפגעקומען אין א באשטימטער צייט און ארט און שפעטער נעלם געווארן. באזירנדיק אויפן דאזיקן פאקט, נוצט מען די פאסילן וואס זיינען באזונדערס טיפיש און פארשפרייט אין א געוויסער שיכט פאר דער רעלאטיווער דאטירונג (סטראטיגראפיע) פון געשטיין.
ווען מען גיט א קוק איבער גאנצע גרופעס ארגאניזמען, מערקט מען אז אויך זיי האבן אייגענע געבורט און אומקום, אזוי אז די פארשפרייטונג פון קרובישע ארגאניזמען אין פאסיל רעקארד איז ניט קיין צופעליקע. רעלאטיוו קורצע עפיזאדן פון גלייכצייטיקן אויסשטארבן פון עטלעכע גרופעס ארגאניזמען (extinction events) פארבינדט מען מיט קלימאטישע שינויים, וואולקאנישע אקטיוויטעט, ענדערוגען אין כעמישן אינהאלט פון דער אטמאספערע און אסטעראידן. נאך אן אויסשטארב זעט מען א שארפע ירידה אין פילמיניקייט פון לעבן־געבליבענע פארמען. למשל דאס גרויסע אויסשטארבן אויפן גרענעץ צווישן קרייד און פאלעאגען, וואס האט פארניכטעט די ניט־פויגלשע דינאזאווער צוזאמען מיט אנדערע גרופעס ארגאניזמען (ביז 75% אין ים) איז לויט מערסטע ראיות געווען א רעזולטאט פון אן אסטעראיד פראל אין האלבאינדזל יוקאטאן 66 מיליאן יארן צוריק.
ראדיאאמעטרישע דאטירונג וואס איז באזירט אויף ראדיאאקטיוויטעט האט דערמעגלעכט צו קאליברירן די רעלאטיווע דאטירונג מיט דער צייט אין יארן. נאטירלעכע איזאטאפן פון פארשיידענע כעמישע עלעמענטן צעפאלן זיך מיט דער צייט מיט א געוויסן טעמפא און אזוי ארום קען מען אפשאצן דעם עלטער פון א געשטיין. מיט דער שיטה שאצט מען אפ אז די ערשטע פאסילן דאטירן זיך בערך דריי ביליאון יארן צוריק און די ערשטע כעמישע שפורן פון לעבן נאך עפעס 0.8 ביליאן פאר דעם.
די געשיכטע פון לעבן וואס מען קען שילדערן לויט פאסילן איז ניט קיין לינעארע: ס׳איז ניט געווען קיין ריכטונג אין זייער היסטארישער אנטוויקלונג. אייניקע גרופעס ארגאניזמען, ווי למשל ציאנאבאקטעריען, האבן מצליח געווען איבערצולעבן לאנגע געאלאגישע תקופות ביזן היינטיקן טאג, בשעת אנדערע זיינען פארשוואונדן אין א קורצער צייט. אזעלכע טערמינען ווי "פרימיטיוו" און "מער אנטוויקעלט" זיינען ניט אזוי גרינג צו דעפינירן אבער ס׳איז יא ריכטיק צו דרינגען אזעלכע גענערעלע שטריכן ווי:
- דאס לעבן האט זיך אנגעהייבן אין ים און האט דעראבערט די יבשה שפעטער
- די פריסטע ארגאניזמען זיינען געווען איינקעמערלדיק (unicellular), ד.ה. באשטייט פון איין צעל ווי באקטעריען, ארכעען און שפעטער - פראטיסטן
- די ערשטע בעלי־חיים פון עדיאקארא זיינען געווען מארפאלאגיש ווייניקער דעפירינצירט: זיי האבן ניט געהאט קיין ענדגלידער און אממערסטן ניט געהאט קיין קאפ
- די גרעסטע שטאמען (phyla) פון בעלי־חיים וואס עקזיסטירן היינט דערשיינען אין קעמבריום
- די געפעספלאנצן (vascular plants) האבן זיך אנטוויקעלט אין סילור פון גרינע אלגען וואס האבן געהאט ווייניקער דיפערענצירונג פון געוועבן און געשלעכטס־ארגאנען
- די יבשהדיקע ווערטעבראטן, האבן זיך אנטוויקעלט אין דעוואן אלץ יוצא־פועל פון א בהדרגהדיקן פראצעס פון אדאפטאציע פון זייערע פיש־ארטיקע אבות צו לעבן אויף יבשה
ווי אזוי ארבעט עוואלוציע?
רעדאַקטירןדי טעאריע שטעלט פאר די אנטוויקלונג פון לעבעדיקע ארגאניזמען אלס פראָצעס וואָס האָט זיך אָנגעהויבן פון איין פרימיטיוון איינצעליקן אָרגאניזם. אלע לעבעדיקע אָרגאַניזמען האָבן זיך אנטוויקלט איבער מיליאָנען יאָרן. דער מענטש מיט אלע באשעפענישן זענען נישט באשאפן געוואָרן אויף איינמאָל נאָר זיך אנטוויקלט פון אנדערע אָרגאניזמען לויט דעם פראָצעס פון נאטירלעכע סעלעקציע. לויט דער עוואלוציע טעאריע, איז דער גאנצער וועלט–באשאף, די גאנצע בריאה, צושטאנד געקומען צוביסלעך אין פארלויף פון ביליאָנען יאָרן אין א פראצעדור, פון דער גענעטישער פראדוקציע, וואָס גייט פון דור צו דור. ביז עס האָט זיך אנטוויקלט א וועלט מיט ביליאָנען באשעפענישן, ביימער, פלאנצונגען, קאסמישע פלאנעטן אינעם אסטראָנאָמיש ריזיקן אוניווערס. פון א מאָדערן שטאנדפונקט פארשטייט מען הײַנט דאָס לויט דעם נאטירלעכע סעלעקציע באגריף.
גרינדונג פון דער טעאָריע פֿון דער נאטירלעכער סעלעקציע
רעדאַקטירן- זעט דעם הויפּט אַרטיקל – טשארלס דארווין
טשארלס דארווין (ענגליש:Charles Robert Darwin) האָט פארגעשטעלט די טעאָריע אַז עװאָלוציע אַנטװיקלט זיך דורך די נאטירלעכע סעלעקציע טעאָריע. זײַן וויסנשאפטלעכע טעאָריע איבער וועלט–באשאף האָט ער פובליצירט אין זײַך בוך On the Origin of Species אין 1859.
ער איז געווען א בריטישער פאָרשער און וויסנשאפטלער. צו ערשט איז זײַן טעאָריע באטראכט געוואָרן אלס ווילד פרעמד און ראדיקאל. יאָרן לאנג האָט ער אויסגעמיטן צו טרעפן מענטשן צוליב מורא אז מ'וועט אים לינטשן צוליב דעם חטא פון פארשפרייטן כפירה. מיט די יאָרן אבער, בעיקר אין אָנהייב 1900ער, האָט זײַן טעאָריע באקומען מער און מער מאמענטום, הײַנט צו טאָג, האָט די וויסנשאפטלעכע וועלט אָנגענומען דארווינס טעאָריע, אלס דער סאמע קראנטסטער יסוד איבער לעבעדיקע באשעפענישן.
ער האָט קיינמאָל נישט געזען אָדער אָבזערווירט עוואָלאציע אין פראצעס.
אלס ראיה צו דער טעאריע פון עוואלוציע ברענט מען אז די גענעס פון די שימפאנזעס (פון די מאלפעס) זײַנען ענדלעך צו די פון מענטשן. אין דער גמרא סנהדרין שטייט אז א טייל פון די מענטשן וואָס האָבן א טייל גענומען זענען געוואָרן מאלפעס און רוחות שדים און לילין.
דער טערמין: עוואלוציע
רעדאַקטירןדער אמתער טייטש פונעם וואָרט מיינט: אנטוויקלונג אין א בעסערער, מער מעלהדיקער זאך. כאטש עס איז באזירט אויף דארווינס טעאָריע, איז דער נאָמען נישט באשאפן געוואָרן פון אים, נאָר דורך די וויסענשאפטלערס אין זײַנע צײַטן וואָס האָבן נישט געקענט באגרײַפן אז די וועלט–באשאפונג איז טאקע א צופאל, וואָס איז מער נעגאטיווער קאטאסטראָפע, געשען דורך איינעם פון ביליאָנען שאנסן. און זיי האָבן נאָר געוואָלט מסכים זײַן האלב מיט אים אז דאָס איז אנטוויקלט אן א פאָראויס געזעענעם אויסגערעכנטן פלאן, אָבער דארווין איז געגאנגען ווײַטער, ער האָט געהאלטן אז די באשאפונג איז נישט אנטוויקלט נאָר געשען בטעות אומפאָראויסגעזען און אומאויסגערעכנט, אין ענגליש האָט ער דאָס גערופן דיסענט מלשון אראפגיין וואָס איז פונקט פארקערט פון אסענט מלשון מעלה. דאָס הייסט אז די באשעפעניש איז א צופאל דורך נאטירלעכער סעלעקציע.
תורה
רעדאַקטירןמעשה בראשית פון זעקס טעג קעגן עוואלוציע טעאָריע
רעדאַקטירןאויבן אויף לויט דאָס אין קעגנזאץ צו די אמונה, אז גאָט האָט באשאפן די וועלט אין זעקס טעג, ווי עס שטייט אין חומש בראשית, "בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ". אָבער א סאך ענטפערן אז די זעקס טעג פון דער תורה מיינט נישט אונדזערע מענטשלעכע זעקס טעג, נאָר אזוי ווי דוד המלך זאָגט אז איין טאָג בײַם באשעפער איז ווי טויזענטער טעג בײַ אונדז. ממילא קען מען דאָס נישט דערלקערן אלס סתירה.
ווידעראום אנדערע ענטפערן אז װען דער אייבערשטער האָט געענדיקט דעם וועלט–באשאף, האָט ער שוין אריינגעלייגט די פיזישע שטריכן פון א וועלט וואָס זעט אויס ביליאָנען יאָרן. דעריבער פון דאָ שטאמט דער טעות פון די וויסנשאפטלערס, אז די וועלט איז עלטער פון זעקס טויזענט יאר, ווײַל די סימנים ווײַזן טאקע אויף אזא יאָרגאנג, אָבער עס איז באשאפן געוואָרן אן אלטעוועלט פון געבורט אָן.
די שיטה פון אמונה אין מעשה בראשית קעגן עוואלוציע ווערט גערופן קרעאציאניזם.