עדגאר רייס באראז

אמעריקאנער שרייבער

עדגאַר רײַס באַראָז (ענגליש: Edgar Rice Burroughs; ‏1טן סעפטעמבער 1875 - 19טן מערץ 1950) איז געווען אן אמעריקאנער מיליטערישער קארעספאנדענט און שרייבער וואס איז בפרט באקאנט געווען אלס דער שרייבער פון די ביכער סעריעס "טאַרזאַן", "באַרסום" און נאך.

עדגאר רייס באראז
Edgar Rice Burroughs
געבורט 1 סעפטעמבער 1875
שיקאגא, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 19 מערץ 1950 (אלט 74)
פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
edgarriceburroughs.com
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

עדגאר רייס באראז איז געבוירן געווארן אין 1875 אין א רייכער משפחה אין שיקאגא. ער האט געלערנט ביי א מיליטערישער אקאדעמיע, און דערנאך האט ער זיך געוואנדן צו פארשידענע ארבעטן, איינשליסלעך אלס א שאכטיאר און א קובוי. ער איז געווארן א שרייבער אין 1912 און האט געשריבן פיקטיווע וויסנשאפט ביכער, אבער וועט אפ שטענדיק ווערן באמערקט אלס דער שאפער פון טאַרזאַן. אין דער צווייטער וועלט-מלחמה האט ער געדינט אלס א מיליטערישער קארעספאנדענט.

נאך דער מלחמה האט באראז זיך איבערגעקליבן צוריק קיין ענסינא, לאס אנדזשעלעס, וואו ער איז געשטארבן פון א הארץ אטאקע דעם 19טן מערץ 1950 נאך א סך געזונטהייט פראבלעמען. ער איז נקבר געווארן אין טאַרזאַנע, קאליפארניע.

ביי זיין טויט איז ער געטראכט געווען אלס דער שרייבער מיט די העכסטע הכנסות פון פילמען, ווייל ער האט באקומען העכער $2 מיליאן פון 27 פילמען באזירט אויף "טאַרזאַן".

שאפונגען אין פילמען

רעדאַקטירן

פילם אדאפטאציעס פון די "טאַרזאַן" ביכער ווערן פראדוצירט זינט 1918. איבער די יארן איז טאַרזאַן געשפילט געווארן דורך א סך אקטיארן, און דער מערסט בארימטער איז דזשאני ווייסמילער וואס האט ערשט געשפילט אים אין 1932. א געגנט אין לאס אנדזשעלעס איז געהייסן טאַרזאַנע נאך דער סעריע.

אין 2012 איז דער פילם "דזשאָן קאַרטער" באפרייט געווען, באזירט אויף די ביכער פון באראז וועגן מאדים.

וועבלינקען

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: עדגאר רייס באראז