סטענלי קובריק
סטענלי קובריק (ענגליש: Stanley Kubrick 26סטן יולי 1928 - 7טן מערץ 1999) איז געווען אן אמעריקאנער פילם רעזשיסאר. קובריק ווערט פאררעכנט איינער פון די גרויסע רעזשיסארן פונעם 20סטן יארהונדערט.
![]() | |
געבורט |
26 יולי 1928 בראנקס, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע ![]() |
---|---|
טויט |
7 מערץ 1999 (אלט 70) פאראייניגטע קעניגרייך ![]() |
מדינה |
פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע ![]() |
אונטערשריפט |
![]() ![]() |
www | |
![]() ![]() |
ער איז געבוירן געווארן אין ניו יארק סיטי אבער כמעט זיין גאנצע לעבן האט ער געוואוינט אין בריטאניע. זיינע פילמען האבן א סאך דעטאל און סימבאליזם. ביי איינעם פון זיינע פילמען האט מען נישט געוואלט ווייזן אין פאראייניגטע שטאטן מער ווי 25 יאר. סטענלי קובריק איז געשטארבן פון א הארץ אטאקע דעם 7טן מערץ, 1999.
יונגע יארןרעדאַקטירן
קובריק איז געבוירן געווארן אין ניו יארק סיטי און האט געוואוינט דארט אין זיינע יונגע יארן. סטענלי איז געווען א שוואכער סטודענט אין דער שולע אבער זיין פאטער, א דאקטער, האט אים אויסגעלערנט שפילן שאכשפיל און האט אים געגעבן א קאמערע. קובריק האט געענדיקט שולע אין 1946 אבער ער האט נישט געקענט באקומען א פלאץ צו שטודירן אין קאלעדזש.