סטאוו
א סטאוו אדער א סאזשלקע איז א קערפער פון וואסער קלענער פון אן אזערע.
אין דעם פאראיינגטן קעניגרייך האלט מען אז א סטאוו איז 'א געמאכטער אדער א נאטירלעכער קערפער פון וואסער צווישן 1 מ2 און 2 העקטארן פלאך מאס, וואס האלט וואסער לכל הפחות פיר חדשים אין יאר'.[1] אין אנדערע אייראפעישע לענדער האלטן טייל ביאלאגן אז ביז 5 העקטארן הייס נאך א סטאוו [2]. סיי ווען א סטאוו איז געמאכט און סיי ווען ער איז נאטירלעך קענען זיי ווערן געמאכט דורך אויסגראבן א לאך אין דער ערד וואס ווערט דערפילט מיט וואסער אדער אנפילן א לאך אדער א פארטיפונג מיט וואסער פון א טייך, אדער ווען מען שאפט א דאמבע צו האלטן דאס וואסער אין א טאל. אין טייל לענדער זענען דא סטאוון אין פריוואטע גערטנס.
אפטמאל האלט מען פיש אין א סטאוו.
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ Biggs J., Williams P., Whitfield M., Nicolet P. and Weatherby, A. (2005). 15 years of pond assessment in Britain: results and lessons learned from the work of Pond Conservation. Aquatic Conservation: Marine and Freshwater Ecosystems 15: 693-714.
- ↑ Céréghino, R., J. Biggs, B. Oertli, and S. Declerck. 2008. The ecology of European ponds: Defining the characteristics of a neglected freshwater habitat. Hydrobiologia 597:1-6.