נסים יגן
רב ניסים יגן (ה'תש"א, 1941 – י"ד סיון ה'תש"ס, יוני 2000) איז געווען א חרדי'שער דרשן און מחזיר תשובה, וועלכער האט געדינט אלס ראש ישיבה לחוזרים בתשובה און ראש כולל פון קהילת יעקב אין ירושלים.
געבורט |
1941 ירושלים, בריטישער מאנדאט | |
---|---|---|
טויט | 2000 (אלט 59 בערך) | |
מדינה | ישראל | |
קבורה ארט | הר המנוחות | |
ער איז געבוירן אין ירושלים, צו זיין מוטער רחל יגן און פאטער הרב יעקב יגן, א תלמיד פון הרב מרדכי שרעבי. די פאמיליע שטאמט פון טערקיי, און איר געוועזענער נאמען איז געווען משפחת גאגין.
ער האט געלערנט אין ירושלים, אוון אין דער לייקוואוד ישיבה אין די פאראייניגטע שטאטן, בערך פינף יאר, ביי הרב אהרן קאטלער, און אין דער מירער ישיבה אין ירושלים ביי הרב חיים שמואלעוויטש.
ער האָט חתונה געהאט מיט סולטאנא אדעט מלכה אמאר, און זיי האָבן 11 קינדער.