נאציאנאלער שפיטאל פאר נעווראלאגיע און נעווראכירורגיע
דער נאַציאנאַלער שפיטאָל פאַר נעווראלאגיע און נעווראכירורגיע איז א נעווראלאגישער שפיטאל אין לאנדאן, פאראייניגטע קעניגרייך, און א טייל פון דעם אוניווערסיטעט קאלעדזש שפיטאל גרופע. ער איז געווען דער ערשטער שפיטאל געגרינדעט אין ענגלאנד געווידמעט צו באהאנדלען די קראנקייטן פון דער נערוון סיסטעם. דער שפיטאל איז א חשובער צענטער פאר פארשונג אין נעוורא־וויסנשאפט.
דער שפיטאל איז פלאצירט אין בלומזבורי, צענטראלע לאנדאן. ער איז געגרינדעט געווארן אין 1859, און האט זיין היינטיקן נאמען זייט 1988.
דער שפיטאל האט 244 בעטן פאר פאציענטן און 4 אפעראציאן זאלן.