נעווראלאגיע (פון גריכיש νεῦρον, נעוראן, "נערוו"; און -λογία, לאגיאַ) איז א צווייג פון מעדיצין וואס באהאנדלט קראנקייטן פון דער נערוון סיסטעם. א דאקטער וואס ספעציאליזירט זיך אין נעווראלאגיע און אין דיאגנאזירן און קורירן נעווראלאגישע קרענקען הייסט א נעווראלאג.

אין טייל לענדער ליגט אויף א נעווראלאג קובע זיין צו א מענטש וואס זעט אויס טויט איז מוח טויט.