וועטשערע

(אַריבערגעפֿירט פון נאכטמאל)

װעטשערע אדער נאכטמאל איז די מאלצייט וואס מען עסט אין דעם אוונט, און אלגעמיין איז דאס די לעצטע גרויסע מאלצייט פון דעם טאג.

דאס ווארט וועטשערע שטאמט פון די סלאווישע שפראכן: אוקראיניש: вечеря "וועטשעריא" און סלאוואקיש, באזניש, קראאטיש: večera "וועטשערע" , אזוי איז דאס ווארט געווארן א טייל פונעם סלאווישן קאמפאנענט פון יידיש.

אין רוב פלעצער אין דער וועלט איז איינגעפירט צו עסן דריי מאלצייטן א טאג, פרישטיק, מיטאג און וועטשערע.