א מאָלצײַט איז א צייט ווערנט דעם טאג וואס איז אוועקגעשטעלט פאר עסן, אדער מיט אנדערע אדער זיך אליין. עסן מוז מען ווייל אן דעם קען מען נישט לעבן, און מען ווערט הונגעריק עטלעכע מאל במשך דעם טאג; די מאלצייט שאפט די מעגלעכקייט צו מאכן פון דעם א קולטור. אין יעדער חברה איז איינגעפירט געוויסע צייטן אין טאג ווען מען עסט א מאלצייט אויף א טאג טעגלעכן אופן. אלס אויסנאם זענען דא געוויסע טעג—למשל שבת און יום טוב ביי יידן—אדער געוויסע סיבות—למשל א געבורטסטאג אדער א חתונה—ווען מען ענדערט די נארמאלע מאלצייטן. אפיציעלע באשטימטע מאלצײַטן װעלכע זײַנען ארגאניזירט פון א רעליגיעזע אדער געזעלשאפטלעכע סיבה ווערט אפט גערופן סעודה.

אין רוב מאדערנע געזעלשאפטן איז מען געוואוינט צו דריי מאלצייטן אינעם טאג; פרישטיק, מיטאג און וועטשערע.

די מאלצייטן עסט מען אממיינסטן אין שטוב אדער אין א רעסטאראן. אבער דאס איז לאוו דווקא—מען אויך עסן די מאלצייט ביי א פיקניק, ביים ברעג ים אדער א בארבעקיו.

צווישן די מאלצייטן קען מען אויך א קליין ביסל, דאס הייסט איבערבייסן.

זעט אויך

רעדאַקטירן