מיינפריים

(אַריבערגעפֿירט פון מײנפֿרײם)

מײנפֿרײם (טײַטש: הױפּט גערעם) איז דער נאָמען פֿון אַ גרױסן קאָמפּיוטער װאָס איז דערשינען געװאָרן סוף די 1960ער און אָנפֿאַנג די 1970ער. די מײנפֿרײם האָט באַניצט גרױסע געזעלשאַפֿטן און אינסטיטוציעס װי די רעגירונג און אַנדערע גרױסע האַנדל געזעלשאַפֿטן. דער קאָמפּיוטער האָט פֿאַרנומען פּלאַץ פֿון עטלעכע שאַפֿעס, אַ שאַפֿע פֿאַר דער פּראָצעסאָר אַ שאַפֿע פֿאַר די קאָמפּיוטער זיכרונות אא"װ. שפּעטער אין די 1970ער איז דערשינען געװאָרן קלענערע מיני־קאָמפּיוטערס װעלכע זײַנען געװען צונױפֿגעשטעלט פֿון אײן קעסטל.

אַן IBM 704 מײנפֿרײם