מרקד על תלת (יודיש: טאנצן אויף דריי) איז א חסידישע־מוזיק אלבאם ערשינען אום שבט תשס"ז, ארויסגעגעבן דורך נפתלי שניצלער פון מזמור.

אין דעם אלבאם זינגען יוסי מייער, יואלי שווארץ און יואלי גרינפעלד אלטע חסידישע לעבעדיגע ניגונים.

די מוזיק איז געשפילט דורך די פרייליך ארקעסטער מיט מענדי הערשקאוויטש.

עס איז געווען די ערשטע אלבאם צו זינגען פאר יוסי מייער, וועלכע האט איהם ארויפגעברענגט אויף דער מוזיק ארענע.

דער טיטל איז אינספירירט פון דער גמרא אין כתובות אז רב שמואל בר רב יצחק היה מרקד אתלת, וועלכע איז דאן באקאנט געווארן צוליב וואס רבי אהרן טייטלבוים האט ביי א משפחה חתונה כסדר געזאגט תורה אויף דער מימרא.

דער אלבאם פארמאגט ניינצן טרעקס מיט באקאנטע חסידישע היטס, ווי למשל:

  • אם יתמהמה (מרדכי)
  • אשרי העם (משה לאופער)
  • ירושלים (שוועקי)
  • ישיש עליך
  • הוא יפתח (בעלז)
  • תשמיענו (משה גאלדמאן)
  • רווח (מיאמי בויס)

וועבלינקען

רעדאַקטירן