רבי מרדכי דוד טייטלבוים זצ"ל ( - ו' כסלו ה'תר"ף), דיין אין סטוטשין.

רבי מרדכי דוד איז געבוירן צו זיין פאטער הרב נחום צבי טייטלבוים פון דראהאביטש, א זון פון הרב אלעזר ניסן טייטלבוים, רב אין דראהאביטש, א זון פון הרב משה טייטלבוים דער ישמח משה. און צו זיין מוטער מרת מלכה א טאכטער פון הרב מרדכי דוד אונגאר רב אין דאמבראווא.

רבי מרדכי דוד איז געווען דיין אין סטוטשין, גאליציע. אין יאר ה'תרס"ב איז ער ארויף קיין ארץ ישראל.

רבי מרדכי דוד איז נפטר געווארן אין צפת ו' כסלו ה'תר"ף.

רבי מרדכי דוד האט געהייראט מרת טויבא א טאכטער פון הרב חנינא הורוויץ רב אין אוליאנאוו. זייערע קינדער:

  • די ווייב פון הרב אהרן טווערסקי.

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר