מנחם מענדל קירשבוים
הרב מנחם מענדל קירשבוים (תרנ"ה - תש"ג) איז געווען רב אין סקאלע און דיין אין פראנקפורט.
געבורט |
6 מערץ 1895 קראקע, עסטרייך אונגארישע אימפעריע | |
---|---|---|
טויט | 1942 (אלט 46 בערך) | |
פאך | רב | |
ער איז געבוירן אין קראקע אין יאר תרנ"ה צו זיין פאטער רבי שמואל, אן אנגעזעהנער למדן און סוחר און א פלאנטשער חסיד.
שוין אלס קינד האט ער ארויסגעשיינט מיט זיין קלוגשאפט און פלייס, זייענדיג א גרויסער מתמיד מיט א זעלטענעם זכרון. ווען ער איז אביסל עלטער געווארן איז ער אריבער לערנען ביי הגאון הרב פנחס אליהו דעמביצער דומ"ץ בקראקע. רבי מענדל האט זיך אריינגעזעצט אין די חבורות הלומדים אינעם צאנזער ביהמ"ד וואו ער איז געווארן דער רוח החיים פון דער חבורה. ער פלעגט מפרסם זיין זיינע חידושי תורה אין פארשידענע קובצים וואס איז ארויסגעקומען אין יענער צייט.
זיין ערשטע רבנות שטעלע איז געווען אין סקאלע, נעבן קראקע. אין יאר תרפ"ז איז ער אריבערגערופן געווארן קיין פראנקפורט דמיין צו דינען אלס דיין אין איינע פון די ארטיגע קהילות.
אין יאר תרצ"ו איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב אין יענער קהילה. ער איז פארבליבן אין דייטשלאנד ביז זומער תרצ"ט, און אומגעפער זעקס וואכן פאר דעם צווייטן וועלט קריג האט אויסגעבראכן האט ער זיך געצויגן קיין בריסל, בעלגיע וואו ער האט משמש געווען ברבנות אין ביהמ"ד אהבת שלום. ער האט שוין געהאט באקומען אן ערלויבעניש צו פארן קיין ארץ ישראל, אבער וויבאלד ער האט שטארק געהאפט אז ער וועט קענען צוריק גיין קיין פראנקפורט און אלץ וועט נאך זיין ווידער ווי אמאל האט ער נישט געוואלט זיך דערווייטערן אזוי שטארק.
אין מאי ת"ש האבן די דייטשן אריינמארשירט אין בעלגיע. ער איז דאן אנטלאפן דורך דעם פראנצויזישן גרעניץ, אבער מען האט אים נאכגעשאסן פון וואס ער האט זיך ערהוילט.
אום שבת שובה תש"ג ווען ער איז געווען אויפן וועג צו שוהל, איז ער געכאפט געווארן דורך די געסטאפא. און וויבאלד ער האט נישט געהאט זיינע פאפירן מיט זיך נישט וועלנדיג טראגן אום שב"ק האט מען אים אוועקגעפירט קיין מעכעלען וואס דארט האט מען צוזאמגענומען די יודן ביז מ'האט זיי געפירט קיין אוישוויץ.
ער איז אומגעקומען אין אוישוויץ אין עלטער פון 47 יאר, הי"ד
זיינע תורות זענען געדרוקט אין "ציון למנחם".[1]
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ ציון למנחם, ביי HebrewBooks