ממעיינות התאחדותינו
ממעיינות התאחדותינו איז א תורה בלעטל אויף די וואכעדיגע פרשה האט אנגעהויבן צו ערשיינען צום ערשטען מאל אין שבת פרשת מטות מסעי שנת תשנ"ט, א דירעקטער רעזולטאט פונעם סאטמאר שפלינטער וואס האט דעמאלטס פאסירט, און האלט נאך אן ביזן היינטיגן טאג, הגם אין א איינגעשרומפענע און פארהעלניסטמעסיגע פארמאט.
אנגעהויבן האט עס זיך אלץ גאנץ א דיקע קונטרס'ל פון צווישן 16-24 זייטען און העכער, אין יאר תשס"ג איז עס איינגעשרינקען צו א דורכשניט פון 8 זייטען, און אין יאר תשס"ו איז עס ווידעראמאל געשרינקען צו קנאפע 4 זייטען, אזוי ווי אלע אנדערע וועכענטליכע גליונות.
פון אירע הויפט ארטיקלען איז די תורות און דרשות פון הרב אהרן טייטלבוים, סאטמארער רבי , און דאס איז אייגענטליך די ציל פונעם אויסגאבע פונעם ערשטען טאג אן.