מייקל דין כהן (ענגליש: Michael Dean Cohen; געבוירן דעם 25סטן אויגוסט 1966) איז א יידיש־אמעריקאנער יוריסט וואס האט געארבעט פאר דאנאלד טראמפ ווי זיין אדוואקאט ביז מאי 2018.

מייקל כהן
Michael Cohen
געבורט 25 אויגוסט 1966 (אלט 58)
לאנג איילענד, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך אדוואקאט, יוריסט, סוחר, יוריסט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

כהן איז געבוירן און האט אויפֿגעוואקסן אין דעם שטעטל לארענס, לאנג איילאנד, ניו יארק; זיין מוטער איז געווען א שוועסטער, און זיין פאטער א חורבן איבערלעבער וואס האט געארבעט אלס כירורג. ער האט געלערנט אין דער "לארענס וואודמיר" שולע, און האט געענדיגט אן ערשטן דיפלאם אין דעם אמעריקאנער אוניווערסיטעט, און א J.D. דיפלאם אין 1991 אין דער שולע פאר געזעצן אין דעם אוניווערסיטעט פון מערב מישיגן.

כהן איז אנערקענט ווי אן אדוואקאט אין ניו יארק שטאַט, און האט געדינט ווי וויצע־פרעזידענט פון דער טראמפ ארגאניזאציע און דער פערזענלעכער אדוואקאט פון דאנאלד טראמפ.

כהן האט געהייראט לאראַ שוסטערמאן אין 1994, אן אוקראינע-געבוירענע, און זיי האבן צוויי קינדער.

רעפערענצן

רעדאַקטירן