מיינע הונדערט קינדער
מיינע הונדערט קינדער איז א בוך אין דער יידישער שפראך וואו עס ווערט באשריבן די אויסטערלישע געשיכטע פון לענא קיכלער-זילבערמאן וועלכע איז נאך דער קריג געווען ווי די מאמע פאר איבער הונדערט קינדער אין דעם נאך מלחמה'דיגן פוילן וועלכע האבן זיך געראטעוועט פון די נאציס דורכן זיך באהאלטן אין בונקערס, וועלדער און מאנאסטירן און זענען געבליבן קיילעכדיקע יתומים.
דאס בוך איז ארגינעל געשריבן געווארן דורך איר אין פויליש און איז איבערגעזעצט געווארן אויף יידיש דורך לייב אָליצקי, און ארויסגעגעבן געווארן דורך פארלאג "מנורה" אין תל אביב אין יאר ה'תשכ"ב.
דאס בוך איז צעטיילט אין צוויי טיילן. די ערשטע טייל שילדערט א ביסל פון אירע איבערלעבענישן דורכױס די קריג, און די צווייטע באפאסט זיך ווי אזוי זי האט געקעמפט צו שאפן די נויטיקע מיטלען און נויטריענטן צוריק צוברענגען צו די מיטגעמאכטע קינדער זייער מענטשלעכקייט פיזיש און גייסטיש כדי צו קענען עטוואס פארגעסן די געפערלעכע צרות וואס זיי זענען אדורך און אנהויבן א ניי לעבן.
אנגעהויבן האט זי אין די יודישע קאמיטעט אין קראקע, דערנאך האט מען זיך אריבערגעצויגן צום קור-ארט זאַקאָפּאַנע. אבער צוליב די כוואליע פון אנטיסעמיטיזם וועלכע האט דאן געהערשט אין פוילן, האבן זיי געשווערצט די גרעניץ קיין טשעכיי און פון דארט קיין פראנקרייך ביז ביי די ענדע האט מען זיי ארויפגעברענגט צו זייער נייער היים קיין ישראל.
עס אנטהאלט אויך אן הקדמה פון רחל בן-צבי ינאית די פרוי פונעם דעמאלטדיגן מלוכה פרעזידענט אין א"י.
דאס ביכל אנטהאלט זעקס-הונדערט דריי-און-פערציג זייטן.
פרעסע אפרופן
רעדאַקטירןדאס ביכל האט בשעתו געהאט א געוואלדיגן אפקלאנג און איז גאר שנעל אויספארקויפט געווארן. אט איז טייל פון די אפשאצונגען דאן אין די דעמאלטדיגע פרעסע:
- לעצטע נייעס - דאס בוך איז א פארכאפנדיגער און אויפטרייסלנדיגער דאקומענט, וואס פארשלינגט דעם ליינער מיט זיין דראסטישקייט און גרעניצלאזער צארטקייט.
- על המשמר - א ווערק פון גבורה און מוט.
- הצופה - דאס איז דער מוסטער-בוך צווישן אלע ביכער וואס זענען געשריבן געווארן איבער דער פארניכטונגס-תקופה.
- הארץ - פאר אונז ליגט א בוך, וואס דערציילט פון העראָאישע מעשים.
- חרות - "מיינע 100 קינדער" האבן געמאכט א קאלסאלן רושם אויף אלע לייענער אין ישראל.
- דבר - דאס בוך דארף איבערגעזעצט ווערן אויף אלע וועלט-שפראכן.
- דבר הפועלת - ביז איצט איז נאכנישט דערשינען אזא קונסטווערק פון אזא ברייטן פארנעם.
- הפועל הצעיר - א גרויסע און דערהויבענע פעדאגאגישע פאעמע, וואס דארף זיך געפונען אין יעדע יודישע שטוב.
- מעריב - דאס בוך "מיינע 100 קינדער" ווערט געלייענט אין גרויסער שפאנונג.
- ידיעות אחרונות - סאיז אן אויסנאם בוך פון מסירות נפש און מאמע ליבע אהן א סוף.
- הספר בישראל - דאס בוך "מיינע הונדערט קינדער" שטייגט איבער פון מענטשליכן און נאציאנאל-יודישן שטאנדפונקט די עפאפייע פון אנא פראנק.
- היימיש (אויסגאבע) - לענא קיכלערס בוך איז א שילדערונג פון געוואלדיגן מענטשליכן כח אין קאמפף פארן לעבן און אידעאליזם, ביים העלפן ראטעווען קינדער.
- טאג מארגנזשורנאל - דאס איז א גרויס און דערשיטערנדיג בוך, אן עפאפייע פון מורא'דיגסטן קאפיטל פון אונזער געשיכטע. א ספר וואס וועט בלייבן לדורות און געלייענט ווערן דורך דורות.
- אפריקאנער יודישער צייטונג - די מאמע פון הונדערטער קינדער... א לעבן פון גבורה, סכנה און גוטסקייט.
- די וואך - דאס בוך איז אנגעלאדנט מיט אויפרייס מאטעריאל... עס רייסט אויף ביז אין די טיפענישן.
- קול ישראל - לענא קיכלער-זילבערמאן ווערט פארגליכן מיט יאנוש קאָרטשאַק