מחיר יין
מחיר יין איז דאס ערשטע ספר וואס איז געשריבן געווארן דורכן רמ"א, העכסט ווארשיינליך אין יונגן עלטער פון זיבעצן יאהר.
דאס ספר איז א מחשבה ספר וועלכע פארגלייכט די ערציילונג פון מגילת אסתר צום פריוואטן לעבן פון א מענטש.
געשיכטע
רעדאַקטירןאין יאהר ה'שט"ז האט אויסגעבראכן א מגיפה אין דער שטאט קראקע וואו משפחת איסערליש האט דאן געוואוינט. צוליב דעם האבן זיי געוואנדערט קיין שידלאוו, א שטעטל נישט ווייט פון סטאשאוו און קעלץ, וואו זיי האבן געהאט א שווער לעבן אזש ווען ס'איז געקומען דער יום טוב פורים זענען זיי נישט געווען ביכולת מקיים צו זיין די מצוות היום ווי עס ברויך צו זיין.
דערפאר האט דער זוהן משה מקדיש געווען דאס ספר פאר זיין טאטן רבי ישראל במקום משלוח מנות.
דרוקסאגראפיע
רעדאַקטירןעס איז צוערשט געדרוקט געווארן ווי א באזונדער ספר און דערנאך ארייגעדרוקט געווארן אין פילע אויסגאבעס אינאיינעם מיט דער מגילה.