מוסטער רעדן:הויפּט נייעס דעצמבער 2006
פאפולערסטער פיטשער דערווייל
רעדאַקטירן- דערווייל איז דאס די בעסטע וועג אויפצולעבן וויקיפעדיע, מוז מען דאס גרינגער מאכן פארן ליינער זיך צו באניצען, ווער האט גוטע איידיעס דאס צו מאכן באנוצער פריינטליך?--הייד פארק 15:18, 23 אַפּריל 2006 (UTC)
אכטונג טעכנישע הילף!
רעדאַקטירןדי בילד פארהארגעט דא אינעם מוסטער דעם עצם נייעס ווער קען דאס פארעכטן? איך מיין אז שמאלץ האט געהאט אזא סארט פראבלעם אין בית מדרש גבוה. קענסטו דאס פארעכטן דא ווי דארט?--הייד פארק 15:21, 23 אַפּריל 2006 (UTC)
- די ענדע איז געווען אז עס איז מן הסתם א פייערפאקס/מאזיללא באג, אויב פארשטייסטו ענגליש קענסטו דאס לייענען דא. וואס איז אינטערעסאנט דא ביי די נייעס איז אז אויפן ערשטע זייט איז עס גוט נאר נישט אין די מוסטער. --שמאלץ 15:27, 23 אַפּריל 2006 (UTC)
- דער פראבלעם איז אייביג וואו עס איז דא נומערן אדער בולטעס און די זייט, ציעט זיך די טעקסט אריין אין רעכטס אינעם מעניו, און ווערט אימלעזבאר. אפשר ראטעליס קען דאס מתקן זיין איך קען נישט קיין עיוורית אים צו בעטן, איינער זאל זיך מנדב זיין אים צו זאגן דערוועגן, נאר ביי פייערפאקס, און ווען עס איז דא א דעזיין ווי א בילד צו לינקס. און ווען עס איז דא בולטעס און נומערן צו רעכטס געשענט דאס.--זרח 14:13, 31 מײַ 2006 (UTC)
וויקינייעס האט נישט די ריכטיגע אדרעס
רעדאַקטירןספירט צו א בלאט וואס זאגט אז עס איז נאך נישט אויפגעשטעלט, איך געדענק אז גאנגלערי האט דאס אויפגעבויט ווי איז יענע אדרעס?--רעדאקטאר 18:13, 23 אַפּריל 2006 (UTC)
איך זוך א מקור אויף די נייעס אבער קען עס נישט טרעפן
רעדאַקטירןאויב איינער קען מיר טרעפן א מקור אויף א נייעס אין לעיקוואד ווי איינער רובין (אדער ראבין) האט פרובירט משחד צו זיין א פאליציי אפיציר, ביטע דאס ארויפלייגען, כ'האב געזוכט א מקור אבער נישט געקענט געפינען. א דאנק.--שמאלץ 14:42, 27 יוני 2006 (UTC)
- ישיבע וועלט דאט קאם --38.117.192.99 14:56, 27 יוני 2006 (UTC)
א דאנק אבער אפשר קענסטו מיר געבן א לינק? --שמאלץ 15:37, 27 יוני 2006 (UTC)
א דאנק כ'האב דאס יעצט געטראפן. --שמאלץ 15:39, 27 יוני 2006 (UTC)
ספרינט אוישוויץ
רעדאַקטירןדאס איז נישט ספרינט, פאקטיש אויב איינער זאל דאס ווייזען פאר ספרינט וועלן זיי מן הסתם נעמען לעגאלע שריט קעגן וועד הרבנים, וועד הרבנים האט מחליט געווען דאס צו מאכן לויט ווי זיי ווילן אן פרעגנדיג קיינעם און האבן מיט דעם שאדן געמאכט אז זיי זאלן אמאל קענען אריינברענגן כשרע סעלפוןס ביים היימישען עולם. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 19:58, 21 יולי 2006 (UTC)
- דאס אז זיי גייען נישט דורך די תוכן פון די מודעות איז נישט קיינעם'ס שולד נאר זייערס אליינס. ספרינט קען נישט קיין ענגליש, מיינט נאך נישט אז זיי צאלן נישט דערפאר. די עדס זענען צופיל פאר די עסקנים זיך צו לאזן קאסטען דאס קומט פון ספרינט'ס מולטי בילאן דאלערדיגע בוזשעט פאר עדווערטייזונג.--וואסה דיף 21:18, 21 יולי 2006 (UTC)
- איך ווייס אז נישט. דאס איז נישט עפעס וואס איך מעסט אף אדער בין זיך משער, די וועד הרבנים מאכט אויף דעם שווערע געלטער און זיי צאלן דאס. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 04:19, 23 יולי 2006 (UTC)
גרעסטע טעראריסטישע באמבע?
רעדאַקטירןאינדיע באן אטאקע איז געווען גרעסער, ווארלד טרעיד סענטער איז געווען גרעסער, און איך מיין אז ספאנישע באן אטאקע איז אויך געווען גרעסער. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 14:25, 28 יולי 2006 (UTC)
- ליין אביסל און נאכדעם פרעג, עס שטייט קלאר אין "מידל איסט" נישט אין האנעלולו און נישט אין בויבעריק און מידל איסט--Jewboy 14:35, 28 יולי 2006 (UTC)
- ביסט גערעכט נאכדעם וואס כ'האב עס פארראכטן. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 17:12, 28 יולי 2006 (UTC)
- דריי נישט אין קאפ אריין, דארפסט נישט זאגן לינגענט דיך צו פארענטפערן, איך האב געהאט געשריבן אין די נייעס קלאר אז דאס איז געווען דאס גרעסטע אין מיטל מזרח ראיאן, דו האסט דאס סך הכל איבערגעשריבן אינטער דעם בילד אויך אבער איך האב דאס קלאר געשריבן נעבן דעם אין די נייעס. קריטיקירן און גארנישט שרייבן איז איין זאך, קריטיקירן און זיך עקשענען מיט ליגענטס איז שוין א צווייטער זאך.--Jewboy 18:26, 28 יולי 2006 (UTC)
- ביסט גערעכט נאכדעם וואס כ'האב עס פארראכטן. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 17:12, 28 יולי 2006 (UTC)
זשעי. נעט ברעכט זיך זיי האבן צוריק געפענט וויקיפעדיע.
רעדאַקטירןווער האט זיי צוגעשטופט? ►רוני◄ 14:55, 22 באוגוסט 2006 (UTC)
- איך מיט נאך פילע קאסטומערס וואס האבן געקאלט, געשיקט אימעילס און געמאכט א שטונק קעגן זיי אז זייערע סערוויס איז אנגעפירט ביי אפאר פרומע קיצונים קנאים, זיי האבן אפילו געטוישט די בלאקירונג בלאט אויף די ארטיקל סעקס אנשטאט פארנאגראפיע וואס זיי פלעגן באטיטולן דעם ארטיקל ביז איצט, רופן זיי איר אדולט קאנטענט. (תוכן פאר ערוואקסענע).--פרץ גוטמאן 17:36, 22 באוגוסט 2006 (UTC)
- גוטע ארבייט, כ'האב געוואוסט אז סעם וואלטען איז גערעכט. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 04:39, 23 באוגוסט 2006 (UTC)
- איך מיט נאך פילע קאסטומערס וואס האבן געקאלט, געשיקט אימעילס און געמאכט א שטונק קעגן זיי אז זייערע סערוויס איז אנגעפירט ביי אפאר פרומע קיצונים קנאים, זיי האבן אפילו געטוישט די בלאקירונג בלאט אויף די ארטיקל סעקס אנשטאט פארנאגראפיע וואס זיי פלעגן באטיטולן דעם ארטיקל ביז איצט, רופן זיי איר אדולט קאנטענט. (תוכן פאר ערוואקסענע).--פרץ גוטמאן 17:36, 22 באוגוסט 2006 (UTC)
בלאג חאסידיק רעבעל
רעדאַקטירןיודל, קענסטו מיר איבערזעצן אין קורצן וואס וויל ער דארט ארויסבריינגען? ►רוני◄ 14:30, 25 באוגוסט 2006 (UTC)
- איך רעדט נישט בשם יודל, אבער בשם מיך אליינס, הקיצור זאגט ער דארטן אז מען דארף הילף אין יידישע וויקיפעדיע, און אז די אידישע וועב סייטס טוען דירעקט פארשטילן אונזער עקזיסטענס ער זאגט נישט פארוואס. ער רומט שטארק אויס די פאר מסירת נפש אידן וואס פארענען זיך (הגם) ער מאכט אוועק די אידישיסטן אין די קאמענטס) ער רופט יעדן זיך נאר אביסל באטייליגן אין די בוי פון דעם היסטארישן פראיעקט וואס האט א געלעגנהייט צו ברענגן פרייהייט פאר דעם פרומען אונטערדרוקטן לעבן.--בערל 14:33, 25 באוגוסט 2006 (UTC)
- איך האב הנאה צו הערן אז ס'דא בלאגס וואס האלטן יא מיט מיט אונדז. נאר א שאד וואס ער מאכט אפ די יידישיסטן.►רוני◄ 14:37, 25 באוגוסט 2006 (UTC)
- ער מאכט נישט אוועק די ידישיסטען, נאר ער שרייבט די פאלגענדע:[וועגן וויקפעדיע] דורך און פאר ידיש רעדענדע (למשל חסידים), שפעטער אין די קאמאנטס פרעגט איינער וואס איז מיט די ידישיסטען, פארוואס ער זאגט נאר חסידים, אויף וואס ער ענטפערט: עס זענען טאקע דא איינצעלנע נישט חסידים וואס רעדן ידיש, אבער נאר ביי חסידים קען מען טרעפן גאנצע געמיינדעס וואס רעדן נאר אידיש, אויף וואס די שרייבער זאגט אז אסאך אין די וויקיפעדיע איז געשריבן דורך ידישיסטן ענטפערט ער: אסאך? ווי אזוי ווייסטו דאס? יא עס איז דא א אינגער ידיש לערנער פון פענסילוועניע וואס לייגט זעלטן צו עפעס, א שוואכע ידישיסט פון דייטשלאנד וואס שרייבט ארטיקלן וואס קוקן אויס מער דיישט ווי ידיש, און אן אונגארישער וואס נוצט עפעס אונטערסאנטע ווערטער וואס קיינער האט נישט געהערט, אבער די עיקר איז געשריבן דורך חסידים.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 14:50, 25 באוגוסט 2006 (UTC)
- אבער צום באדויערן איגנארירט ער אונזער געטרייער סיסאפ און אטוויקילער באנוצער:רוני, קוק דא אין אידישער וויקיפעדיע וויפל כוחות ער האט דא אריינגעלייגט, סוואלט זיך פארלאנגט פון חאסידיק רעבע כאטשיג איין ווארט איבער אונזער העלדישער הערואישער גענעראל! איך בין מוחה מיטן גאנצן כוח קעגן חסידיק רעבעל.--בערל 14:54, 25 באוגוסט 2006 (UTC)
איך האב צוגעלייגט א קאמענט אויף צו אנערקענען רוני'ס איבערמידליכע כחות דא. איך האב נישט געוואוסט ער איז א יידישיסט. איך האב געמיינט ער איז א געוועזענער חסיד. (א שטייגער ווי א חסידישער רעבעל. :-) ) רוני, סליחה.
פאלגענד זענען מיינע קאמענטס:
I have to correct something for the record: I hadn't realized that a Vikipedia user who goes by the name Rony (רוני) was a Yiddishist.
As an occasional but enthusiastic visitor to Vikipedia, I've recognized Rony's indefatigable efforts for making it what it is. So here's a hat tip to Rony, one very committed Yiddishist on Vikipedia. --Hasidicrebel 16:54, 25 באוגוסט 2006 (UTC)
- איך בין טאקע נישט קיין יידישיסט, נאר א חסיד אין די בלוט. טא וואס זאגסטו דערצו? אפשר אין מיין יידיש נישט סאטמאריש און נישט וועדרפול, אבער ס'איז דערווייל יידיש. ווער ס'האט טענות קען פארבעסערן מיינע שרייבאכצער. ►רוני◄ 17:04, 25 באוגוסט 2006 (UTC)
- בין איך דאך יא גערעכט געווען. רוני, איך האב געשפירט ביסט א חסיד! ייש"כ פאר'ן אויפקלערן. --Hasidicrebel 17:11, 25 באוגוסט 2006 (UTC)
ביטע נישט לייגן מער ווי איין בילד פאר א טאג
רעדאַקטירןדי קעסטל איז צו קליין וואס זאגט דער עולם וועלכע בילד איז מער וויכטיג, זאל מען אראפנעמן איינס.--בערל 14:34, 25 באוגוסט 2006 (UTC)
2 לינקס ביעט פארעכטן
רעדאַקטירןדי צעדרייטער בחור לייוו טעלעוויזיע לינק ארבייט נישט און די משה בן ברכה סימא רפואה שלימה געבעטן ארבייט אויך נישט ווער קען פארעכטן?--יואל 14:04, 1 בספטמבר 2006 (UTC)
דער אטאקע אויפ'ן חדר אין מאנטריאל האט נישט פארניכטעט דער ביבליאטעק. דער ארטיקל דערמאנט נאר אן אטאקע וואס האט פארניכטעט דעם ביליאטעק פון אן אנדערן תלמוד תורה אין 2004. איך האב פארראכטן. --קאצקער 17:32, 3 בספטמבר 2006 (UTC)
- ביטע פארעכט אויך די היימישע קרעטשמע נייעס, דא האנדלעט זיך פון א פארביסן פורום וואס איז שוין לאנג פארמאכט און טויט, זיי לעבן נאר פון אביסל קנאה פון העצן קעגן וויקיפעדיע ביטע לייג דאס אראפ מער נארמאל.--משה 17:37, 3 בספטמבר 2006 (UTC)
ביטע נאר לייגן אינטערסאנט נייעס
רעדאַקטירןוואס פאראינטערסירן דעם אידישן ליינער, און זאכליכע אינפארמאציע.
למשל באנוצער:אלזוז האט געלייגט נייעס אז עס איז דא פארשריט אן טאלקס פון עפעס אן אראבישע צייטונג דאס איז נישט גענוג אינטערסאנט ווייל פארשריט איז גארנישט אינטערעסע ווערט.
אויך זיין נייעס אז א גראבער אין די אנדערער עק וועלט פאלט אפ פונט. וואסארא אינטערעסע איז דאס?
אויך זיין נייעס אז עפעס א נישט געשטויגענער און נישט געפלויגערנער סייט וואס קיינער שרייבט נישט דארטן איז געווארן קאמפעטישן פאר הייד פארק. עס איז נישט אינטערסאנט וייל עס איז נישט אמת עס איז אויפגעבלאזן צו פארמיעסן דעם נייעס קעסטל
כדי מען זאל נישט קענען האבן קיין טענות צו אים לייגט ער אריין איין אינטערסאנטע נייעס וועגן יעקבאסאן.
אבער זיין הויפט אגענדע זעהט מען קלאר.
סך הכל דער באנוצער:אלזוז וויל טאן אלעס צו פארמיעסן אונזער וויקיפעדיע מיר טארן אים נישט לאזן פרייערהייט דאס טאן, מען דארף אים נישט בלאקירן פון גאנצן וויקיפעדיע אבער מען דארף צו אים רעדן און אויפקלערן אז מיר זענען נישט זיינע בהמות.--משה 14:24, 4 בספטמבר 2006 (UTC)
- אין די פארגאנגענהייט האט זיך שוין ארויסגעשטעלט אז וואס דו האסט געהאלטן פאר אומאינטערסאנט האלטן אנדערע פאר אינטערסאנט, בעת דיר אינטערסירט בלויז סעקסואלע נייעס, אינטערסירן פאר אנדערע נארמאלע און ציווילע אינטערסאנטע נייעס. אז דו האלטסט אזוי מיינט נאכנישט אז די וועלט האט זיך געענדיגט. עס איז דא אנדערע מענטשן מיט געפילן, און דו מעקסט זיי כאדם העושה בשלו, מיט העסליכע קללות, ווי א ריכטיגער גבר אלים. אויב איינער צוברעכט וויקעפעדיע ביסטו עס! גענוג געווען מיטן פיינוגען און באפאלן אומשולדיגע שרייבערס! --אלזוז 15:06, 4 בספטמבר 2006 (UTC)
- קיינער האט דיך נישט געשטערט אראפנעמען מיינע נייעס אויב דו האלטסט איר פאר אומאינטערסאנט. און קיינער קען מיך נישט שטערן פארן אראפנעמען נייעס וואס איך האלט אז עס איז זייער אומאינטערסאנט.--משה 15:24, 4 בספטמבר 2006 (UTC)
אויפדעקונג? וויליאמסבורג גאס נעמען
רעדאַקטירןדאס איז נישט קיין אויפדעקונ--רבי יונה 17:59, 26 אקטאבער 2006 (UTC)ג, די גאסן זענען אפילו אויף די סדר ווי אזוי זיי זענען אונטערגעשריבן.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 15:07, 6 בספטמבר 2006 (UTC)
גראטולירונג פאר אלזוז פאר'ן ערפינדן קעפלעך
רעדאַקטירןאיך וויל דא גראטולירן אלזוז פאר'ן טרעפן אן אריגענעלן וועג וויאזוי איינצוטיילן די נייעס דורך מאכן קעפלעך פון קאטאגאריעס פאר יעדע נושא, אזוי ארום קען דער לייענער גרינגער זיך אריענטירן און באשלוסן וואס אינטערעסירט אים יא אדער נישט. --גרשוני 19:49, 6 בספטמבר 2006 (UTC)
יישר כח, איך שפיר אז די הויפט דף פון וויקעפעדיע קען זיין אסאך שענער ווי עס איז יעצט. כאטש אינעם יעצטיגן דף זעט מען אויך אז עס ליגט אומגעהויערע כוחות. דעריבער טוה איך וואס איך קען פון מיין זייט--אלזוז 19:56, 6 בספטמבר 2006 (UTC)
GOOGLE DOCS - וויאזוי?
רעדאַקטירןאין די הויפט נייעס פון דאנערשטאג אקט. 26, האט עמיצער געשעלט א נייעס, און דער לענק דערצו איז א GOOGLE DOC. גוגעל לאזט אבער נישט אריינגיין דערין. הילף ביטע --רבי יונה 17:59, 26 אקטאבער 2006 (UTC)
נייעס נישט אינטערסאנט
רעדאַקטירןעס איז זייער נישט אינטערעסאנט צו שרייבן דא ביי די נייעס איבער וואלן וואס האט זיך געטון אין די היימישע קרעטשמע. ►רוני◄ 21:56, 20 דעצעמבער 2006 (UTC)
פאפולרע נייעס
רעדאַקטירןאיך וויל בעטן אז ווען ס'איז דא וועלט'ס נייעס וואס איז דא אויף דעהם טויזענטער לינק'ס זאל מען לאזען די לינק פון א זוך מאשין ווי גוגעל יאהו פאר אפאר טעג כדי מ'זאל קענען צוקומען צו אלע נייעס אפילו למשל די ווארט וואס ווערט געזיכט אויפן נייעס-זוךמאשין וועט ווערן גע-אפדעיטעט און געטוישט נאך א שטיק צייט זאל מען זעין נאך אפאר טעג צו טוישען צו א רעלעוואנטע וועבסייט - יישר כוח
אז מ'האלט אנדערש זאל מען אויס אויסשמועסן ביטע --נחום ראזענבערג 18:51, 30 דעצעמבער 2006 (UTC)
- מיין אפטייטש פון זיין פארלאנג, סיי אז מען זאל שמועסן פון דעם, און סיי דער ערלויבעניש פון אזאלעכע סארט לינקס, און סיי אז מיר זאלן דאס טוישן נאך א פאר טעג. איז אויף איר פאליסי בלאט: װיקיפּעדיע רעדן:נייעס פאליסי.--יודל 15:33, 31 דעצעמבער 2006 (UTC)
די בילד פון סאדאם
רעדאַקטירןדי בילד פון סאדאם איז פון דא [1] און ס'שטומט מיט די פאליסיס--נחום ראזענבערג 18:00, 31 דעצעמבער 2006 (UTC)
- נעקסט טיים פארברען נישט שעות מיט טענהרייען פאר נצחון אז דו ווייסט דער מקור דערפון. א ייש"כ--יודל 18:01, 31 דעצעמבער 2006 (UTC)
חסידישע יודן ביים דזים
רעדאַקטירןhttp://www.nypost.com/seven/01052007/gossip/cindy/price_of_justice_cindy_cindy_adams.htm?page=0
ULTRA-Orthodox Jews are not - or so I thought - to look at half-undressed women. Well, into the co-ed New York Health & Racquet Club came these Hasidim in long black coats and big black hats. Out of the dressing area came these same gentlemen in shorts, tank tops and black velvet yarmulkes atop their long side curls.
Only in New York, kids, only in New York.