מאטא פראנק

(אַריבערגעפֿירט פון מוטה פראנק)

הרב מאָטאַ 'מרדכי' פראַנק איז א ברעסלאווער משפיע וואס וואוינט אין מאה שערים, ירושלים.

ער איז א זון פון הרב יהודה לייב פראנק, פון די ירושאלמער קנאים.זיין מאמע איז א טאכטער פון רבי שמואל שפירא. ביי די זיבעצן יאר האט ער חתונה געהאט מיט רבקה, א טאכטער פון גבריאל גראסמען; זיי האבן זיבן קינדער.

ער שטאמט פון די ארגינעלע ירושלימער פרושים און איז א תלמיד פון רבי לוי יצחק בענדער.

ער איז א פארשטענדליכער און האט גאר א גוטן כוח הדיבור און חוש צו רעדן צו יעדעם זיין שפראך, און זיין אויסערגעווענליכע ליבשאפט צו יעדן יוד אהן אויסנאם איז ממש צום באוואונדערן ,נישט קיין חילוק צי יענער איז נישט קיין שומר שבת אדער גאר פון נטורי קרתא .

ער לערנט כסדר פאר שיעורים אין ליקוטי מוהר"ן און פארט אסאך ארום רעדן פון אמונה, פון וואס ער מאכט נישט קיין געלט.

כאטש ער האט גאר א סאך חסידים און מעריצים איבער די וועלט, פירט ער זיך מיט א פשטות און נישט ווי א רבי וויבאלד אין ברסלב איז געווען א קפידא נישט זיך צי פירען ווי א רבי .

  • הסוד הגלוי
  • בטח בה לב בעלה