לוי יצחק בענדער
ר' לוי יצחק בענדער (ה'תרנ"ז - כ"ב תמוז תשמ"ט) איז געווען פון די חשובי חסידות ברסלב, און א לאנגע צייט געווען דער פירער פון די בראסלאווער חסידים אין ירושלים.
געבורט |
1897 ה'תרנ"ז גראדזשיסק, פוילן |
---|---|
טויט |
1989 (אלט 92 בערך) כ"ב תמוז תשמ"ט ירושלים, ישראל |
קבורה ארט | יידישע בית עולם פון הר הזיתים |
באלאנג | ברסלב |
ביאגראפיע
רעדאַקטירןער איז געבוירן געווארן אין דער שטאט גראדזשיסק, פוילן, אין יאר ה'תרנ"ז צו ר' נח מיט שרה בענדער. זיין נאמען איז נאך ר' לוי יצחק בערדיטשעווער.
פערצן יאר האט ער געלערנט אין גראדזשיסק, און ביי 15 יאר האבן זיינע עלטערן באשלאסן צו אים שיקן לערנען אין מאקאוו.
אין די שפעטערע יארן נאך דער ערשטער וועלט מלחמה האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין אומאן, דארט האט ער זיך אנגעהאלטן צו ר' שמשון בארסקי און נאכער צו ר' אברהם בן נחמן. זיין לעבן געשיכטע איז באשריבן געווארן דורך ר' בצלאל פריעדמאן אין ספר "איש חסידך". אלע זיינע שמועס'ן און שיחות וואס ער האט איבער געגעבן פון וואס ער האט געהערט אין אומאן זענען באשריבן געווארן אין ספרי "שיח שרפי קודש-ברסלב".
ער ליגט אין הר הזיתים אין דער חלקה פון די בראסלאווער חסידים.