מגילת אסתר מיט געזאנג איז א צוויי חלקימ'דיגער אלבאם ארויסגעגעבן געווארן דורך ניגוני ווערצבערגער וואו עס ווערט אויפגעשפילט די מעשה פון מגילת אסתר אויף אינטרעסאנטע גראמען און לידער.

כאטש עס איז ארויסגעקומען יארן צוריק איז עס נאך אלץ פאפולער היינט-צו-טאג צוליב איר פולע תוכן מיט א לייכטן הומאר.