שחיטה אין ווירזשיניע-טעק
(אַריבערגעפֿירט פון מאסן שחיטה אין ווירזשיניע-טעק קאלעזש)
מאסן שחיטה אין ווירדשיניע-טעק איז א גרויזאמע טראגעדיע וואס האט פאסירט כ"ח ניסן תשס"ז אין די שטאַט ווירזשיניע, אמעריקע אין די גרויסע קאלעזש ווירזשיניע טעק, ווי א גייסטליכער קראנקער ציושטער 23 יעריגער מאן אן אפשטאמיגער פון דרום קארעא, א סטודענט אינעם קאלעזש, האט מיט א ביקס אויסגעקוילעט 32 קאלעגעס סטודענטן, און דערנאך זיך גענומען דאס לעבן מיטן שיסן זיך אין פנים. די שחיטה איז פארעכנט אלס די ערגסטע שחיטה אין די היסטאריע פון אמעריקע דורך א פריוואטע שיסעריי.