מאיר ליכטנשטיין
מאיר ליכטנשטיין (געבוירן 1970) איז א חרדישער איד און א דעמאקראטישער פאליטיקער. ער איז געווען דער בירגערמייסטער פון לייקוווד אין 2006.
געבורט | 1970 (אלט 54 בערך) | |
---|---|---|
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע | |
לערנארט | בית מדרש גבוה | |
באשעפטיגונג | פאליטיקער | |
פארטיי | דעמאקראטישע פארטיי | |
ער איז ערוויילט געווארן אלס בירגערמייסטער דורך דער שטאטשאפט קאמיטעט דעם ערשטן יאנואר 2006.
אין א ערשטע זייט שמועס מיט די פארווערטס איז ער געווארן אויסגערעכנט אלס דער איינציגסטער חרדישער בירגערמייסטער אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע אין א שטאט וואס האט אזא גרויסע גויאישע געמיינדע.
נאך זיין קאדענץ איז ער נישט געלאפן פאר א צווייטן קאדענץ און היינט (2014) זיצט ער אויף דעם שטאטשאפט קאמיטעט מיט בירגערמייסטער מנשה מילער, יצחק אקערמאן, סטיוון לאנגערט און ריימאנד קאלס.