עפענען הויפטמעניו

מאיר וואקנין

ספרדישער הויפט־רב פון טבריה
(אַריבערגעפֿירט פון מאיר ועקנין)
הרב מאיר וואַקנין
הרב מאיר וואַקנין
הרב מאיר וואַקנין
געבורט ז' אדר ה'תרמ"ה
טבריה, אטאמאנישע אימפעריע
פטירה כ"ט אדר ה'תשל"ה
טבריה, ישראל
טעטיקייט טבריה, ניו יארק
תלמידים הרב שבתאי בן חיים
הרב יצחק ברדא
חיבורים ויאמר מאיר, זכרון מאיר

הרב מאיר וואַקנין (ז' אדר ה'תרמ"ה - כ"ט אדר ב' ה'תשל"ה; 18851975) איז געווען דער ספרדישער רב און אב בית דין פון טבריה.

ביאגראפיערעדאַקטירן

מאיר וואקנין איז געבוירן געווארן אין דער שטאט טבריה אום ז' אדר ה'תרמ"ה (1885) צו רב דוד וואקנין וואס איז געווען אב בית דין און רב פון דער שטאטישער ספרדישער קהילה. אין תרע"ד איז ער געפארן קיין ניו יארק צו זאמלען געלט פאר דער קהילה אין טבריה. צוליב דער ערשטער וועלט-מלחמה איז ער געבליבן דארט זעקס יאר, און געדינט ווי הויפט-רב פון די סירישע יידן.

אין תשי״ג האט מען אים באשטימט ספרדישער רב און אב בית דין אין טבריה.