מאיר אמשיל ראטשילד

(אַריבערגעפֿירט פון מאיר אנטשיל ראטשילד)

מאיר אמשיל ראטשילד (אויך: מאיר אנשיל ראטשילד) (י' אדר ה'תק"ד - י"ד תשרי ה'תקע"ג) איז געווען א באנקיר און דער גרינדער פון דער ראטשילד דינאסטיע פון באנקירן.

מאיר אמשיל ראטשילד
Mayer Amschel Rothschild
געבורט 23 פעברואר 1744
פראנקפורט, Q704300, הייליגע רוימישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 19 סעפטעמבער 1812 (אלט 68)
פראנקפורט, Q704312, Q154741 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
מאיר אמשיל ראטשילד

יונגע יארן

רעדאַקטירן

מאיר אמשיל איז געבוירן אין ה'תק"ד אין פראנקפורט (מיטן נאמען מאיר אנשיל בויער[פֿעלט אַ מקור]) צו זיין פאטער אמשיל משה ראטשילד און זיין מוטער שיינכע. ער איז געווען דער גרינדער פון דער בארימטער ראטשילד פאמיליע באנק, וואס איז שפעטער געווארן פון די מערסטע דערפאלגרייכע פאמיליע ביזנעסן אין דער וועלט. ער ווערט באטראכט פאר דער גרינדער\טאטע פון אינטערנאציאלע פינאץ.

מאיר אמשיל האט געלערנט אין דער ישיבה אין פירט (היינט דייטשלאנד). ווען ער איז געווארן פאר'יתומ'ט פון זיין פאטער האט מען אים געשיקט אויסלערנען דעם פאך פון א באנקיר.


אין יאר ה'תק"ל האט ער חתונה געהאט מיט גיטל שנאפער (1753-1849). זייערע קינדער זענען געווען:

  1. שיינכע ראטשילד (1771-1859)
  2. אמשיל מאיר ראטשילד (1773-1855)
  3. סאלאמאן מאיר ראטשילד (1774-1855), גרינדער פון ראטשילד באנקיר משפחה פון עסטרייך
  4. נתן מאיר ראטשילד (1777-1836)
  5. איזאבעלט ראטשילד (1781-1861)
  6. באבעט ראטשילד (1784-1869)
  7. קלמן מאיר ראטשילד (1788-1855)
  8. יולי ראטשילד (1790-1815)
  9. הנריעטא ראטשילד (1791-1866)
  10. יעקב מאיר ראטשילד (1792-1868)

ער איז נפטר געווארן מוצאי שבת, די נאכט פון י"ד תשרי ה'תקע"ג.