מאדעליין אלברייט
מאַדעליין קאָרבעל אַלברייט (געבוירן מאַריע יאַנאַ קאָרבעלאָוואַ ; 15טן מאי 1937 – 23סטן מערץ 2022 ) איז געווען אַן אמעריקאנער דיפּלאָמאַט און פּאָליטיקער פון טשעכיש- אידישן אָפּשטאַם.
געבורט |
15 מאי 1937 פראג, טשעכאסלאוואקיי |
---|---|
טויט |
23 מערץ 2022 (אלט 84) וואשינגטאן די סי, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
מדינה | טשעכאסלאוואקיי, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
פארטיי | דעמאקראטישע פארטיי |
חתימה | |
זי איז געבוירן געווארן אין פראג, טשעכאסלאוואקיי (הייט טשעכיי). איר פאטער איז געווען יוסף קארבעל, א ייד, וואס האט זיך שפעטער געשמד׳ט; זי איז ערשט דערגאנגען אז זי האט יידישע עלטערן אויף דער עלטער. זי איז געווען די ערשטע פרוי צו ווערן שטאַטס־סעקרעטאר (אויסערן מיניסטער) פון די פאראייניגטע שטאטן. זי איז באשטימט געווארן דורך פרעזידענט ביל קלינטאן אום 5טן דעצעמבער 1996. 99 אַמעריקאַנער סענאַטאָרן האָבן געשטימט זי צו באַשטעטיקן און קיין סענאטאר האט נישט געשטימט קעגן. זי איז געווען איינגעשוואוירן (נעמט אַמט) דעם 23סטן יאנואר 1997.[1] זי איז שפעטער געווארן אַ פּראָפעסאָר אין דזשארדזשטאן אוניווערסיטעט.
איידער זי איז געווען שטאטס־סעקרעטאר, איז אלברייט געווען דער אמעריקאנער אמבאסאדאר אין די פאראייניגטע פעלקער. זי האָט זיך אָנגעהויבן ביי די פֿ״פֿ דעם 6טן פעברואר 1993.[1]
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ a b Biography: Madeleine Korbel Albright. Secretary.state.gov. דערגרייכט דעם 2010-05-21.