ליולקע

(אַריבערגעפֿירט פון לולקע)

א ליולקע (אויך געשריבן לולקע) איז א רער —אין אלגעמיין פון האלץ—מיט א בית קיבול אין שפיץ וואס דארט לייגט מען אריין צושניטענע טאבאק בלעטער צום רויכערן. אמאליגע צייטן פלעגט עס צו זיין לאנג ביז צו דער ערד, היינט ווען מען נוצט דאס בעיקר פאר היסטארישקייט, איז עפ"י רוב די שפיץ פון פלאסטיק. די ביליגע וואס קאסט נישט מער ווי אומגעפער צען פופצן דאלער רופט זיך קארן (קוקעריץ) פייפ, דערנאך איז דא טייערערע וואס האט שיינע זאכן אויסגעשניצט דערויף וואס קאסט אפי' ביז אפאר הונדערט דאלער.

פארן רייכערן טאבאק אין א ליולקע מוז מען אנפילן די ליולקע און גוט אריינשטופן דעם טאבאק. אנצינדן דעם טאבאק אין דער ליולקע איז אויך נישט קיין קליינע עבודה. נאכן רייכערן מוז מען גוט אויסרייניגן די ליולקע.

אמאל פלעגט דאס זיין זייער א אויפגעכאפטער מיטל צו רויכערן, אבער היינט מיטן אונטערגאנג פון רויכערן בכלל, איז דאס נישט אזוי אויפגעכאפט, וויבאלד דאס איז נישט אזוי גרינג אנצורעכטן, און ס'איז שווער עס צו רויכערן אויף דער גאס.

ביי חסידים איז דאס באוואוסט אלס "לולקע ציבעך" און אסאך חסידישע רבי'ס פארצייטנס פלעגן האבן דערביי א גרויסע עבודה. באזונדער איז באוואוסט דער "צאנזער רב" בעל דברי חיים זצ"ל וואס ער פלעגט האבן א גרויסע עבודה דערביי וואס די חסידים האבן פארגליכן צו קטורת, און ער האט פארמאגט א גרויסע לולקע ביז צו דער ערד, ווי אויך האט מען געוואוסט אז ווען דער הייליגער רב האט געשלאגן איינעם דערמיט און געשריגן "גאלגאן" איז יענער געווען פארזיכערט מיט א ישועה.

היינט איז דא וואס רויכערן דאס אום פורים.