לודוויג בערנע
דייטשער זשורנאליסט און שריפטשטעלער
לודװיג בערנע (דייטשיש: Karl Ludwig Börne) (1785 אין פֿראנקפֿורט - 1837 אין פּאַריז) איז געווען אַ שריפֿטשטעלער און דענקער און פֿרייהײטס־קעמפֿער אין דײטשלאנד. ער האָט געשטאַמט פֿון ײדן, געהײסן אַלס ײד „לײב ברוך”.
געבורט |
6 מאי 1786 פראנקפורט, הייליגע רוימישע אימפעריע |
---|---|
טויט |
12 פעברואר 1837 (אלט 50) פאריז, פראנקרייך |
אונטערשריפט | |
ער האָט געמוזט אַנטלױפֿן פֿון דײטשלאַנד קיין פאריז. צוזאַמען מיט הײנע געשאַפֿן דעם דײטשן פֿעליעטאָן.
אין זײנע שריפֿטן און צײטונגס־אַרטיקלען האָט ער געפֿירט אַ שטאַרק קאַמף קעגן רעאַקציע און אַנטיסעמיטיזם. באַקאַנט זענען זײנע „בריװ פֿון פּאַריז” און אַנדערע װערק, װעלכע זענען ערשינען אין דער זאַמלונג „נאכגעלאסענע שריפֿטן” הײנע האָט פֿאַרעפֿנטלעכט קעגן אים די פּאָלעמיק „בריװ איבער בערנע.”
קוואַלן
רעדאַקטירן- דער דאָזיקער אַרטיקל נעמט אַרײַן דעם טעקסט װאָס געפֿינט זיך אונטערן זוכװאָרט „בערנע, לודוויג” אין דער ייִדישער פֿאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (באַנד 1) (1949), וואָס איז הײַנט אינעם רשות־הרבים.