לאנג דיסטענס אין טעלעקאמיוניקאציע איז א טערמין צו באצייכנען טעלעפאן קאלס וואס ווערט געמאכט צו ווייטע פלעצער ווי אנדערע שטעט און לענדער. די סארט טעלעפאן סערוויס איז טייערער ווי לאקאלע סערוויס און מען קען נוצן אן אנדערע קעריער נאר פאר דעם צוועק.


פארזיכערט אייך מיט די בעסטע און ביליגסטע רעדאַקטירן

צו טרעפן די בעסטע און ביליגסטע לאנג דיסטענס קעריער איז נישט גרינג און קען אמאל געדויערן יארן לאנג. רוב מענטשן טוישן פון איין קעריער צו די צווייטע און אזוי גייט עס אן יארן ביז מען באשטימט זיך צו א געוויסע פירמע און מער טוישט מען נישט ווייל מען האט מער נישט קיין געדולד.

אויב א חבר זאגט אייך אז ער האט געטראפן די בעסטע לאנג דיסטענס קעריער וואס מעגליך, מיינט עס נאך נישט אז דאס איז אויך דאס בעסטע פאר אייך ווייל יעדער נוצט לאנג דיסטענס אנדערש און יעדע פירמע האט זיך זיינע מעלות. עס קען זיין איינער וואס צאלט דאפעלט פון א צווייטן פער מינוט אבער וועט נאך אלץ צאלן ביליגער אין סך הכל ווייל זיינע טעלעפאן קאלס זענען געווענליך קורצע און זיין פירמע רעכנט פער סעקונדע. ווייטער זיין חבר מאכט לאנגע טעלעפאן קאלס און זיין פירמע גיט ביליגערע פרייזן אבער רעכנט פער מינוט וואס דאס לוינט זיך נישט פאר אים. אויך ווענדט זיך דאס אסאך וואו מען מאכט די טעלעפאן קאלס. א ביליגע ראטע אין לאנד איז די בעסטע פאר איינעם אבער א צווייטער רופט געווענליך אויף א צווייטע לאנד און ער דארף האבן א פירמע וואס גיט אים די ביליגסטע פרייזן צו יענעם מקום אפילו אין לאנד איז עס פיל טייערער.

אין אמעריקע איז פאראן א פירמע מיט'ן נאמען סמארטפרייס וועלכע איז ספעציעל געמאכט צו טרעפן די בעסטע ראטעס פאר לאנג דיסטענס. די פירמע האלט חשבונות אויף טויזענטער לאנג דיסטענס פירמעס און וועט אייך שטענדיג אויסוועלן די בעסטע סערוויס לויט אייער לאנג דיסטענס באנוץ.

סמארטפרייס פארדינט דורך באקומען א קליינע קאמישן פון די פירמעס ווען איינער טוישט צו זיי. אבער נישט אלע פירמעס געבן א קאמישן פאר סמארטפרייס און פונדעסטוועגן זענען זיי אין די סיסטעם פון סמארטפרייס. די פירמע גיט ענליכע סערוויסעס אויך פאר סעליולער און אנדערע קאמיוניקאציע.

וויבאלד לאנג דיסטענס פירמעס און פרייזן טוישן זיך יעדן טאג קען מען זיך איינשרייבן ביי סמארטפרייס זיי זאלן ווייטער נאכפאלגן די בעסטע פרייז פאר אייך און אויב עפעס טוישט זיך און קומט אויס בעסער פאר אייך וועט די פירמע דאס איינמעלדן.


אנלימיטעד לאנג דיסטענס רעדאַקטירן

זינט עס איז שוין פאראן באשטימטע פרייזן פאר אנלימיטעד לאנג דיסטענס דארף מען זיך מאכן א חשבון אויב עס לוינט זיך ווייל טייל מענטשן כאפן זיך צו דערצו צו שנעל ווען אין פאקט צאלן זיי פיל ווייניגער מיט זייערע עקזיסטירנדיגע פירמעס. די בעסטע וועג איז מען זאל צוזאמענרעכנען וויפיל עס קאסט אפ לאנג דיסטענס פער יאר און דאן עס צעטיילן אין 12. אויב דער סכום איז מער ווי די אדווערטייזטע אנלימיטעד ראטע זאל מען טוישן און א גרויסע עול וועט אראפגיין פון קאפ.

מענטשן וואונדערן זיך פארוואס די פירמעס גיבן אוועק אנלימיטעד לאנג דיסטענס פאר באשטימטע פרייזן ווען זיי קענען ווען מאכן אסאך מער געלט. אבער אין פאקט לוינט זיך דאס שטארק פאר די פירמעס ווייל זייער אסאך מענטשן נעמען די סערוויס און נוצן עס קיינמאל נישט אויס וואס מיינט א די פירמעס פארדינען גרויס געלט אויף די מענטשן. אחוץ דעם ווילן זיי אויך אראפנעמען דעם עול פון קאפ און ענדיגן די טוישן לאנג דיסטענס יעדן טאג. אזוי פארזיכערן זיי זיך מיט קאסטומערס פאר לענגערע טערמינען.


שווינדלערייען רעדאַקטירן

  זעט דעם הויפּט אַרטיקל – לאנג דיסטענס שווינדלערייען


זינט עס זענען פאראן גאר אסאך לאנג דיסטענס ריסעלערס אויף די מארקעט איז פארשטייט זיך פאראן אסאך שווינדל צו וועלכע מען קען גרינג פאלן א קרבן.

זע אויך רעדאַקטירן

טעלעפאן