קלעזמער

(אַריבערגעפֿירט פון כלי-זמר)

קלעזמער גענומען פֿון די ווערטער "כלי זמר", באַדייט אַלץ אונטער ייִדישער נגינה: מוזיק, טאַנץ און חתונה געזאַנגען. שטאַמט פֿון די ייִדן פֿון מזרח אייראָפּע אין די יאָרן 1500 אין ווייטער. אויך דער מוזיקאַנט וואָס שפּילט כּלי־זמר מוזיק הייסט אַ קלעזמער' (לשון־רבים: (קלעזמארים) בעיקר שפּילט מען טאַנץ ניגונים פֿאַר חתונות, און אויך בײַ אַ הכנסת ספר תורה.

לעבעדיק און פֿריילעך, ווין, 2009.

קלעזמער טוט באַצייכענען:

א. אַ טראַדיציאָנעלן ייִדישן מוזיקער-אינסטרומענטאַליסט אָדער די עטלעכע מוזיקער פֿון אַזאַ מין, וועלכע שפּילן טראַדיציאָנעלע מזרח-אייראָפּעישע אשכנזישע מוזיק אויף ייִדישע שמחות.

ב. מוזיקער בכּלל, באַזונדערס פֿון אַ ייִדישן אָפּשטאַם.

ג.הײַנטצײַטיקער/הײַנטצײַטיקע מוזיקער וועלכע פּראַקטיצירן אַ שפילן, וואָס אימיטירט די טראַדיציאָנעלע כּלי־זמר-מוזיק ,אָפֿט איבערגעפֿלאכטן מיט הײַנטצײַטיקע מוזיק-טראַדיציעס פֿרעמדע פֿאַר טראַדיציאָנעלע כּליזמר.

ד. די מוזיק פֿון כּליזמר אָדער/און זייער מלאכה, ווי אויך אַלצדינג וואָס איז דערמיט פֿאַרבונדן /אויך 'כּליזמריי'/.

ה. אַן אייפעמיזם גענוצט /געוויינטלעך ניט באַרעכטיקט/ צו באַצײַכענען אַ יעדן מין פֿון ייִדישער מוזיק בכּלל, ניט נאָר די טראַדיציאָנעלע ייִדישע אינסטרומענטאַלע מוזיק בפרט.

דרויסנדיקע פֿאַרבינדונגען

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: קלעזמער