כישוף אינעם לבנה-ליכט
כישוף אינעם לבנה-ליכט (ענגליש: Magic in the Moonlight) איז א 2014 ראמאנטישער קאמעדיע-דראמע פֿילם, געשריבן און דירעקטירט דורך וואודי אלען.
געשיכטע
רעדאַקטירןאין אייראפע אין די ניינצן צוואנציגער יארן, טוט א גרויסער קונצן-מאכער אויספֿירן זיינע קונצן אין בערלין.
א יוגנט חבר זיינער קומט אים פארציילן וועגן אן אמעריקאנישע פרוי וועלכע לייענט מחשבות, און בעט אים קומען העלפן אויפדעקן איר בלאף.
למעשה ווערט ער זייער באאיינדרוקט פון אירע כוחות, און קומט צו דער מסקנא אז זי איז ריכטיג און ס'עקזיסטירט יא אזא זאך ווי העכערע מיסטישע כוחות. ער פאררופט א פרעסע קאנפערענץ וואו ער מעלדט זיין אנטדעקונג.
ער ווערט איבערגעריסן מיט א מעלדונג אז זיין מומע איז געווען אין אן עקסידענט און אריין אין שפיטאל. דארט הייבט ער אן מתפלל צו זיין, אבער אינמיטן כאפט ער זיך און שטעלט זיך אפ. ווען זי מאכט דורך בשלום די אפעראציע, איז ער מחליט צו פארשן דערין מער גרונטליך. און נוצנדיג א טריק, באהאלט ער זיך אונטער א בענקל אין צימער און הערט ווי זיין חבר - וועמען ער האט געטרויעט - האט אלעס אויספלאנירט מיט איהר פון פאראויס.
כאטש ער זאגט איר אז ער קען זי קיינמאל נישט מוחל זיין, האט ער פארט שטארקע געפיהלן פאר איהר און ער לאזט זי עס וויסן. זי זאגט איהם קודם אפ, אבער שפעהטער קומט זי צוריק צו איהם.
אקטיארן
רעדאַקטירן- עמע סטאון אלס סאופי בעיקער
- קאלין פירטה אלס סטענלי קראופארד
- עלין עטקינס מומע ווענעסע