ישראל נאציאנאלע ביבליאטעק

קאארדינאטן: 31°46′33.01″N 35°11′48.58″E / 31.7758361°N 35.1968278°E / 31.7758361; 35.1968278

די ישראל נאציאנאלע ביבליאטעק איז א ביבליאטעק זינט ה'תרנ"ב (1892) וואס איז פלאצירט אין דער קאמפוס פון דעם העברעאישן אוניווערסיטעט אין ירושלים, און אנטהאלט העכער פון פינף מיליאן בענדער. פֿון זײ אַרום 150 אינקונאַבולען און 90% פֿון אַלע ביכער װאָס זײַנען געשריבן אױף ײִדיש פֿון דער גאַנצער װעלט.

די ישראל נאציאנאלע ביבליאטעק

אין דער ביבליאטעק איז פאראן אלע פארשריבענע אינפארמאציע וואס איז דערשינען אין ישראל. לויטן געזעץ אין ישראל, מוז יעדער פארלאגער פון ביכער, צייטונגען, טייפן, דיסקן, פארשונגען אד"ג שיקן צוויי קאפיס צום נאציאנאלער ביבליאטעק.

די הויפט צוועקן פון דער נאציאנאלער ביבליאטעק זיינען:

  • אפהיטן יעדע ווערק וואס איז דערשינען אין ישראל אויף אלערליי שפראכן.
  • אפהיטן יעדע ווערק וואס פארטוט זיך מיט די יידן און מיט ארץ/מדינת ישראל.
  • אפהיטן אויף אלערליי ווערקן וואס זיינען געשריבן מיט יידישע בוכשטאבן.

גאַלעריע

רעדאַקטירן

װעבלינקען

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: ישראל נאציאנאלע ביבליאטעק

ארכיונים ואוספים