ישראל הכהן שור (י"ג אייר ה'תרמ"ו - ו' ניסן ה'תרצ"ה) איז א גאר בארימטער חזן און א קאמפאזיטאר פון חזנות.

ישראל הכהן שור
קיין פריי בילד
געבורט 9 אפריל 1886
אוקראינע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 9 אפריל 1935 (אלט 49)
פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך חזנות רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

לעבנסגעשיכטע

רעדאַקטירן

ישראל שור איז געבוירן דעם 18טן מיי 1886 אין א חסידישער משפחה אין דער שטאט כיראוו, מזרח גאליציע (היינט מערב אוקראינע).

ער האט צוערשט געדינט אלס בעל מוסף ביי די רביים פון רימאנאוו און טשארטקאוו, שפעטער האט ער געדינט אלס חזן אין פרעמישלא (פשעמישל), דערנאך אין לעמבערג נאך דער פטירה פונעם בארימטן לעמבערגער חזן, זיין קרוב ברוך שור.

דערנאך אין קראקע און פון 1921 - 1924 איז ער געווען הויפט חזן אין פישטיאן, סלאוואקיי.

דערנאך האט ער געדאווענט זיבן וואכן אין דער שווייץ, וואס צוליב זיין גרויס הצלחה דארט האט ער באקומען א באשטעיטיגונג פונעם ארטיגן עסטרייכישן קאנסול אז ער איז אן קינסטלער און לכבוד דעם האט ער פון דארט אין יאר ה'תרפ"ד געקענט אימיגרירן קיין אמעריקע.

אין אמעריקע

רעדאַקטירן

אין די פאראייניגטע שטאטן האט ער צוערשט געדינט אלס חזן אין ישיבת הארלעם, לכבוד די ימים נוראים פון יאהר תרפ"ח האט ער געדאוונט אין שיקאגאו וואו ער האט באקומען אן אפער צו זינגען אין די אפערע וואס ער האט אפגעזאגט ווייל ער האט געהאלטן אז עס פאסט נישט פאר א חזן דארט צו זינגען.

ממילא איז ער צוריק קיין ניו יארק און געדינט אלס חזן אין די קהילה עדת ישורון אין ברוקלין. דערנאך איז ער אריבער אין די קהילה קהילת ישראל אין די בראנקס.

כאטש ער האט שטארק מצליח געווען אלס חזן, האט ער זיך שטענדיג געמוטשעט מיט פרנסה צוליב די גרויסע דעפרעסיע וואס האט דאן געהערשט אין אמעריקע.

ער איז געווען א חסידישער איד מיט א שיינעם הדרת פנים, און אזוי אויך א גרויסער בעל מחדש פון שיינע קאמפאזיציעס. דאס מערסטע איז באקאנט דאס שטיקל "שיבנה בית המקדש" וואס דער חזן משה קאסעוויצקי פלעגט שטענדיג זינגען, וואס איז א דאנק דעם דער מערסט באוואוסטער חזנות שטיקל.

זיין לעצטע ימים נוראים האט ער געדאוונט אין חובבי תורה אין ברוקלין.

ער איז פלוצים געשטארבן אין מיטן א קדיש זאגן זייענדיג בלויז פופציג יאר אלט.

זיין זון איז דער חזן מאריס שור.

קאמפאזיציעס

רעדאַקטירן

נישט קיין סאך פון זיינע פילע קאמפאזיציעס זענען פארבליבן רעקארדירט, אבער די עטליכע וואס יא זענען איינס ביי איינס גאר געלונגענע קאמפאזיציעס און זענען ממש ווי טשאַטשקעס אינעם עולם החזנות.

  • אב הרחמים הוא ירחם
  • הטה אלהי אזנך
  • ולירושלים עירך
  • לפיכך אנחנו חייבים
  • רבון העולמים
  • שיבנה בית המקדש

רעפערענצן

רעדאַקטירן

וועבלינקען

רעדאַקטירן