מרכז הרב

ישיבה גדולה אין ירושלים
(אַריבערגעפֿירט פון ישיבת מרכז הרב)

מרכז הרב איז א ישיבה אין קרית משה, ירושלים. זי איז געווען די ערשטע רעליגיעזע ציוניסטישע ישיבה גדולה אין ארץ ישראל, געגרינדעט אין יאר ה'תרפ"ד דורך הרב אברהם יצחק הכהן קוק, ערשטער אשכנזישן הויפט רב פון ארץ ישראל, אין 1924. דער היינטיקער ראש ישיבה איז הרב יעקב אלעזר כהנא שפירא, זון פון דעם פריערדיקן ראש ישיבה הרב אברהם אלקנה כהנא שפירא.

מרכז הרב
mercazharav.org.il
געביידע פון דער מרכז הרב ישיבה אין קרית משה, ירושלים

אסאך פון די גרינדער פון די קומעדיקע דור ציוניסטישע ישיבות האבן געלערנט אין דער מרכז הרב ישיבה אדער זענען געווען תלמידים פון רבנים וואס האבן דארט געלערנט, און עס ווערט פאררעכנט פאר אסאך די "מוטער פון די ציוניסטישע ישיבות."

היסטאָריע

רעדאַקטירן
 
הרב אי"ה קוק, גרינדער און ערשטער ראש ישיבה

הינטערגרונט

רעדאַקטירן

הרב קוק האט אויפגעשטעלט א ישיבה נאך פאר דער ערשטער וועלט מלחמה, אין יפו וואו ער האט געדינט אלס רב, כדי נישט אריינצולאזן קאנפליקטן מיטן אלטן ישוב. פאר דעם צוועק האָט ער זיך געוואָנדן צו די פירער פון "המזרחי" און אפילו פארעפנטלעכט גאַנצע אין דער פּרעסע. די ישיבה איז געגרינדעט געוואָרן אין 1909. זי האָט געציילט בלויז צען סטודענטן און עטלעכע יאָר שפּעטער צעלאָזן.

די ראשי ישיבה אין משך פון די יארן זענען געווען הרב קוק, הרב יעקב משה חרל"פ, הרב צבי יהודה קוק, הרב אברהם אלקנה שפירא און הרב יעקב שפירא.

קאארדינאטן: 31°47′16″N 35°11′48″E / 31.787883°N 35.196655°E / 31.787883; 35.196655